די בּשׂוּרה טובה לויט
יוֹחָנָן

1

1 אין אָנהייבּ איז געווען דאָס וואָרט, אוּן דאָס וואָרט איז געווען בּיי גאָט, אוּן דאָס וואָרט איז געווען גאָט. 2 דאָס דאָזיקע איז געווען אין אָנהייבּ בּיי גאָט. 3 אַלצדינג איז דוּרך אים געוואָרן, אוּן אָן אים איז גאָרניט געוואָרן, וואָס סאאיז געוואָרן. 4 אין אים איז געווען לעבּן, אוּן דאָס לעבּן איז געווען דאָס ליכט פוּן די מענטשן. 5 אוּן דאָס ליכט שיינט אין דער פינצטערניש; אוּן די פינצטערניש האָט עס ניט גוֹבר געווען. 6 עס איז געווען אַ מענטש, געשיקט פוּן גאָט, וואָס האָט געהייסן יוֹחָנָן. 7 דער דאָזיקער איז געקוּמען פאַר אַן עֵדות, אַז ער זאָל עֵדות־זאָגן פוּנוועגן דעם ליכט, כּדי אַלע זאָלן דוּרך אים גלויבּן. 8 ער איז ניט געווען דאָס ליכט, נייערט איז געקוּמען, אַז ער זאָל עֵדות־זאָגן פוּנוועגן דעם ליכט. 9 דאָס אֶמֶתע ליכט, וואָס בּאַלייַכט איטלעכן מענטשן, איז געקוּמען אין דער וועלט אַריין. 10 ער איז געווען אין דער וועלט, אוּן די וועלט איז דוּרך אים געוואָרן, אָבּער די וועלט האָט אים ניט עקענט. 11 ער איז געקוּמען צוּ דעם זייַניקן, אוּן זיינע אייגענע האָבּן אים ניט אויפגענוּמען. 12 אָבּער וויפל סע האָבּן אים יאָ אויפגענוּמען, זיי האָט ער געגעבּן מאַכט צוּ ווערן קינדער פוּן גאָט, טאַקע די, וואָס האָבּן געגלויבּט אין זיין נאָמען; 13 וואָס זענען געבּוירן געוואָרן ניט פוּן בּלוּט, אויך ניט פוּן דעם ווילן פוּן פלייש, אויך ניט פוּן דעם ווילן פוּן אַ מאַן, נייערט פוּן גאָט. 14 אוּן דאָס וואָרט איז געוואָרן פלייש, אוּן האָט געוואוינט צווישן אוּנדז, אוּן מיר האָבּן געזען זיין כָּבוד, אַ כָּבוד פוּן אַ בֶן־יָחיד בּיי זיין פאָטער, פוּל מיט חֶסֶד אוּן אֶמת. 15 יוֹחָנָן האָט פוּנוועגן אים עֵדות געזאָגט, אוּן גערוּפן: דאָס איז געווען דער, פוּן וועמען איך האָבּ געזאָגט: דער, וואָס קוּמט נאָך מיר, איז געווען פאַר מיר; וואָרים ער איז געווען פריער פוּן מיר. 16 אוּן פוּן זיין פוּלקייט האָבּן מיר אַלע מקַבּל געווען, חֶסֶד אויף חֶסֶד. 17 וואָרים די תּוֹרה איז געגעבּן געוואָרן דוּרך מׄשהן; חֶסֶד אוּן אֶמת זענען געקוּמען דוּרך יֵשוּעַ הַמָשִיחַ. 18 קיינער האָט קיינמאָל ניט געזען גאָט; דער בֶן־יָחיד, וואָס איז אין דעם שויס פוּן דעם פאָטער, ער האָט אים בּאַקאַנט געמאַכט. 19 אוּן דאָס איז דאָס עֵדות פוּן יוֹחָנָן, בּעת די ייִדן האָבּן צוּ אים געשיקט כּׄהַנים אוּן לוִייִם פוּן ירוּשָלַיִם, אים צוּ פרעגן: ווער בּיסטוּ? 20 אוּן ער האָט מוֹדה געווען, אוּן האָט ניט פאַרלייקנט, נאָר האָט מוֹדה געווען: איך בּין ניט דער מָשִיחַ. 21 אוּן זיי האָבּן אים געפרעגט: וואָס דען? בּיסטוּ אֵלִיָהוּ? האָט ער געזאָגט: איך בּין עס ניט. בּיסטוּ דער נאָביא? אוּן ער האָט געענטפערט: ניין. 22 דעמאָלט האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: ווער־זשע בּיסטוּ? כּדי מיר זאָלן קענען געבּן אַן ענטפער צוּ די, וואָס האָבּן אוּנדז געשיקט. 23 וואָס זאָגסטוּ פוּן דיר אַליין? האָט ער געזאָגט: איך בּין אַ קוֹל פוּן איינעם, וואָס רוּפט אין דער מִדבּר: מאַכט גלייַך דעם וועג פוּן גאָט, אַזוי ווי ישַעיָה הַנָביא האָט געזאָגט. 24 אוּן די שליחים זענען געווען פוּן די פּרוּשים, אוּן זיי האָבּן אים געפרעגט: 25 טאָ פאַרוואָס טוֹבלסטוּ, אויבּ דוּ בּיסט ניט דער מָשִיחַ, אוּן ניט אֵלִיָהוּ, אוּן ניט דער נָביא? 26 האָט יוֹחָנָן זיי געענטפערט: איך טוֹבל מיט וואַסער; אין דער מיט פוּן אייך שטייט אָבּער איינער, וועמען איר קענט ניט, טאַקע דער, 27 וואָס קוּמט נאָך מיר, אוּן וועמעס רימענדל פוּן זיין שוּך איך בּין ניט רָאוּי אויפצוּבּינדן. 28 דאָס דאָזיקע איז געשען אין בֵּית־עַניָה, אין עֵבר־הַיַרדן, וואוּ יוֹחָנָן האָט געטוֹבלט. 29 אויף מאָרגן האָט ער געזען יֵשוּעַן קוּמען צוּ אים, אוּן ער האָט געזאָגט: 30 זע, דאָס לאַם פוּן גאָט, וואָס נעמט אַוועק די זינד פוּן דער וועלט׳ דאָס איז דער, פוּן וועמען איך האָבּ געזאָגט: נאָך מיר קוּמט איינער, וואָס איז געווען פאַר מיר, וואָרים ער איז געווען פריער פוּן מיר. 31 אוּן איך האָבּ אים ניט געקענט; אָבּער כּדי ער זאָל נִתגַלה ווערן צוּ יִשׂרָאל, דערפאַר בּין איך געקוּמען טוֹבלען מיט וואַסער. 32 אוּן יוֹחָנָן האָט עֵדות געזאָגט: איך האָבּ געזען דעם גייסט אַראָפּנידערן ווי אַ טויבּ פוּן הימל, אוּן ער האָט גערוּט אויף אים. 33 אוּן איך האָבּ אים ניט געקענט; אָבּער דער, וואָס האָט מיך געשיקט צוּ טוֹבלען מיט וואַסער, האָט צוּ מיר געזאָגט: אויף וועמען דוּ וועסט זען אַראָפּנידערן דעם גייסט, אוּן רוּען אויף אים, דער דאָזיקער איז עס, וואָס טוּט טוֹבלען מיט דעם רוּחַ־הַקוֹדֶש. 34 אוּן איך האָבּ געזען, אוּן האָבּ עֵדות געזאָגט, אַז דער דאָזיקער איז דער בֶן־אֱלהִׄים. 35 אויף מאָרגן איז יוֹחָנָן ווידער געשטאַנען מיט צוויי פוּן זיינע תַּלמידים; 36 אוּן אַז ער האָט געזען יֵשוּעַן פאַרבּייַגיין, האָט ער געזאגט: זע, דאָס לאַם פוּן גאָט׳ 37 אוּן די צוויי תַּלמידים האָבּן אים געהערט רעדן, אוּן זיי זענען נאָכגעגאַנגען יֵשוּעַן. 38 אוּן יֵשוּעַ האָט זיך אויסגעדרייט, אוּן האָט זיי געזען נאָכגיין, אוּן צוּ זיי געזאָגט: וואָס זוּכט איר? האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: רֶבּי ־ וואָס מיינט צוּ זאָגן, לערער ־ וואוּ וואוינסטוּ? זאָגט ער צוּ זיי: קוּמט, אוּן איר וועט זען. 39 זענען זיי געגאַנגען אוּן האָבּן געזען, וואוּ ער איז אייַנגעשטאַנען. אוּן זיי זענען געבּליבּן מיט אים יענעם טאָג, וואָרים עס איז געווען אַרוּם דער צענטער שָעה. 40 איינער פוּן די צוויי, וואָס האָט געהערט יוֹחָנָן רעדן, אוּן איז אים נאָכגעגאַנגען, איז געווען אַנדריי, דער בּרוּדער פוּן שִמעוֹן פּעטרוּס. 41 ער האָט צוּערשט געפוּנען זיין אייגענעם בּרוּדער שִמעוֹן, אוּן האָט צוּ אים געזאָגט: מיר האָבּן געפוּנען דעם מָשִיחַ, וואָס איז טייַטש: געזאַלבּטער. 42 אוּן ער האָט אים געבּראַכט צוּ יֵשוּעַן. אוּן יֵשוּעַ האָט אים אָנגעקוּקט, אוּן געזאָגט: דוּ בּיסט שִמעוֹן בֶן־יוֹנה; דוּ זאָלסט גערוּפן ווערן כֵּיפָא, וואָס איז טייַטש: פעלזנשטיין. 43 אויף מאָרגן האָט יֵשוּעַ בּדֵעה געהאַט צוּ גיין קיין גָליל, אוּן ער האָט געפוּנען פיליפּוּסן, אוּן צוּ אים געזאָגט: גיי מיר נאָך. 44 אוּן פיליפּוּס איז געווען פוּן בֵּית־צַידָה, פוּן דער שטאָט פוּן אַנדרייַען אוּן פּעטרוּסן. 45 אוּן פיליפּוּס טרעפט אָן נתַנאֵלן, אוּן זאָגט צוּ אים: מיר האָבּן געפוּנען דעם, פוּן וועמען מׄשה האָט געשריבּן אין דער תּוֹרה, אוּן די נבִיאים, יֵשוּעַ בֶן־יוֹסף, פוּן נצֶרֶת. 46 אוּן נתַנאֵל האָט צוּ אים געזאָגט: צי קען עפּעס גוּטס אַרויסקוּמען פוּן נצֶרֶת? זאָגט צוּ אים פיליפּוּס: קוּם אוּן זע. 47 אוּן אַז יֵשוּעַ האָט געזען נתַנאֵלן קוּמען צוּ אים, האָט ער וועגן אים געזאָגט: אָט איז אַן אֶמֶתער בֶן־יִשׂרָאל, אין וועמען סאאיז ניטאָ קיין פאַלשקייט. 48 זאָגט צוּ אים נתַנאֵל: פוּנוואַנען קענסטוּ מיך? אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: איידער פיליפּוּס האָט דיך גערוּפן, בּעת דוּ בּיסט נאָך געווען אוּנטער דעם פייַגנבּוים, האָבּ איך דיך געזען. 49 האָט נתַנאֵל אים געענטפערט: רֶבּי, דוּ בּיסט דער בֶן־אֱלהׄים; דוּ בּיסט דער מֵלך פוּן יִשׂרָאל׳. 50 אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: דוּ גלויבּסט, ווייל איך האָבּ דיר געזאָגט, איך האָבּ דיך געזען אוּנטער דעם פייַגנבּוים? זען וועסטוּ זען גרעסערע זאָכן איידער די דאָזיקע. 51 אוּן ער האָט צוּ אים געזאָגט: באֶמת, באמת, איך זאָג אייך, איר וועט זען דעם הימל אָפן, אוּן די מַלאָכים פוּן גאָט אַרויפגיין אוּן אַראָפּנידערן אויף דעם בֶן־אָדָם.

2

1 אוּן דעם דריטן טאָג איז געווען אַ חַתוּנה אין קָנָה פוּן גָלִיל, אוּן יֵשוּעַס מוּטער איז דאָרט געווען; 2 אוּן אויך יֵשוּעַ איז געווען פאַרבּעטן צוּ דער חַתוּנה, מיט זיינע תַּלמידים. 3 אוּן בּעת דער וויין האָט זיך אויסגעלאָזט, האָט יֵשוּעַס מוּטער צוּ אים געזאָגט: זיי האָבּן ניט קיין וויין. 4 אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ איר געזאָגט: אִשה, וואָס האָבּ איך מיט דיר צוּ טאָן? מיין שָעה איז נאָך ניט געקוּמען. 5 זאָגט זיין מוּטער צוּ די בּאַדינער: וואָס נאָר ער וועט אייך זאָגן, דאָס טוּט. 6 אוּן דאָרטן זענען געשטאַנען זעקס שטיינערנע וואַסער־קרוּגן, לויט דעם ייִדישן מִנהג פוּן רייניקן, אוּן וואָס יעדער איינער האָט געהאַלטן צוויי אָדער דריי עמער. 7 אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ זיי געזאָגט: פילט אָן די וואַסער־קרוּגן מיט וואַסער. אוּן זיי האָבּן זיי אָנגעפילט בּיזן ראַנד. 8 אוּן ער האָט צוּ זיי געזאָגט: איצט שעפּט אָן, אוּן טראָגט עס צוּ דעם בעל־שִׂמחה. אוּן זיי האָבּן עס צוּגעטראגן. 9 אוּן אַז דער בעל־שִׂמחה האָט פאַרזוּכט דאָס וואַסער, וואָס איז געוואָרן וויין, אוּן ניט געוואוּסט פוּנוואַנען עס איז געקוּמען ־ די בּאַדינער אָבּער האָבּן געוואוּסט, מַחמת זיי האָבּן אָנגעשעפּט דאָס וואַסער ־ האָט דער בעל־שִׂמחה גערוּפן דעם חָתן, אוּן צוּ אים געזאָגט: 10 יעדער איינער שטעלט קוֹדם דעם גוּטן וויין, אוּן בּעת מע האָט זיך גוּט אָנגעטרוּנקען, ערשט דעמאָלט דעם ערגערן; דוּ אָבּער האָסט דעם גוּטן וויין געהאַלטן בּיז אַצינד. 11 דעם דאָזיקן אָנהייבּ פוּן זיינע נִסים האָט יֵשוּעַ געטאָן אין קָנָה פוּן גָלִיל, אוּן האָט אַנטפּלעקט זיין כָּבוד; אוּן זיינע תַּלמידים האָבּן געגלויבּט אין אים. 12 נאָך דעם האָט ער אַראָפּגענידערט קיין כּפַר־נַחוּם, מיט זיין מוּטער, אוּן זיינע בּרידער, אוּן זיינע תַּלמידים; אוּן זיי זענען דאָרטן פאַרבּליבּן עטלעכע טעג. 13 אוּן דער ייִדישער יוֹם־טוֹב פֵּסח האָט גענעענט, אוּן יֵשוּעַ איז עוֹלה־רֶגל געווען קיין ירוּשָלַיִם. 14 אוּן אין דעם בֵּית־הַמִקדש האָט ער געפוּנען יענע, וואָס האָבּן פאַרקויפט אָקסן אוּן שאָף אוּן טויבּן, אוּן די חַלפָנים זיצן. 15 אוּן ער האָט געמאַכט אַ קאַנטשיק פוּן שטריק, אוּן האָט אַלעמען אַרויסגעטריבּן פוּן דעם בֵּית־הַמִקדש, צוּזאַמען מיט די שאָף אוּן די אָקסן; אוּן ער האָט אויסגעשיט דאָס געלט פוּן די חַלפָנים, אוּן איבּער געקערט זייערע טישן. 16 אוּן צוּ די, וואָס האָבּן פאַרקויפט טויבּן, האָט ער געזאָגט: נעמט דאָס צוּ פוּן דאַנען; מאַכט ניט מיין פאָטערס הויז אַ הויז פוּן מִסחר. 17 זיינע תַּלמידים האָבּן זיך דערמאָנט, אַז סע שטייט געשריבּן: די קִנאה פוּן דיין הויז האָט מיך פאַרצערט. 18 אוּן די ייִדן האָבּן אים געענטפערט, אוּן געזאָגט: וואָסער צייכן טוּסטוּ אוּנדז ווייזן, אַז דוּ טוּסט די דאָזיקע זאָכן? 19 האָט יֵשוּעַ געענטפערט, אוּן צוּ זיי געזאָגט: צעשטערט דעם דאָזיקן הֵיכל, אוּן אין דריי טעג וועל איך אים אויפשטעלן. 20 די ייִדן האָבּן דעריבּער געזאָגט: זעקס־אוּן־פערציק יאָר איז דער דאָזיקער הֵיכל געבּויט געוואָרן, אוּן דוּ וועסט אים אויפשטעלן אין דריי טעג? 21 ער אָבּער האָט גערעדט פוּן דעם הֵיכל פוּן זיין גוּף. 22 בּכֵן, ווען ער איז אויפגעשטאַנען תּחִיַת־הַמֵתים, האָבּן זיך זיינע תַּלמידים דערמאָנט, אַז ער האָט דאָס דאָזיקע געזאָגט, אוּן זיי האָבּן געגלויבּט די כִּתבֵי־הַקוֹדֶש, אוּן אין די רייד, וואָס יֵשוּעַ האָט גערעדט. 23 אוּן בּעת ער איז געווען אין ירוּשָלַיִם איבּער דעם יוֹם־טוֹב פֵּסח, האָבּן אַ סַך געגלויבּט אין זיין נאָמען, זעענדיק זיינע נִסים, וואָס ער האָט געטאָן. 24 אָבּער יֵשוּעַ האָט זיך ניט אָנפאַרטרויט אין זיי, וואָרים ער האָט געקענט אַלע מענטשן, 25 אוּן מַחמת ער האָט זיך ניט גענייטיקט, אַז עמיצער זאָל עֵדות זאָגן פוּנוועגן דעם מענטשן; וואָרים ער אַליין האָט געוואוּסט, וואָס סאאיז געווען אין דעם מענטשן.

3

1 אוּן עס איז געווען אַ מענטש פוּן די פּרוּשים, וואָס האָט געהייסן נַקדִימוֹן, אַ שַׂר פוּן די ייִדן. 2 דער דאָזיקער איז צוּ אים געקוּמען בּיינאָכט, אוּן האָט צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, מיר ווייסן, אַז דוּ בּיסט אַ לערער, וואָס איז געקוּמען פוּן גאָט: וואָרים קיינער קאָן ניט טאָן די דאָזיקע נִסים, וואָס דוּ טוּסט, סיידן גאָט איז מיט אים. 3 האָט יֵשוּעַ געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: באמת, באמת, איך זאָג דיר, סיידן איינער ווערט געבּוירן אויפסנייַ, קאָן ער ניט זען דאָס מַלכות פוּן גאָט. 4 זאָגט צוּ אים נַקדִימוֹן: וויאַזוי קאָן אַ מענטש געבּוירן ווערן, ווען ער איז אַ זָקן? קאָן ער אַרייַנקוּמען אַ צווייט מאָל אין זיין מוּטערס טראַכט, אוּן געבּוירן ווערן? 5 האָט יֵשוּעַ געענטפערט: באמת, באמת, איך זאָג דיר, סיידן איינער ווערט געבּוירן פוּן וואַסער אוּן דעם גייסט, קאָן ער ניט אַרייַנקוּמען אין דעם מַלכות פוּן גאָט. 6 דאָס, וואָס איז געבּוירן פוּן דעם פלייש, איז פלייש; אוּן דאָס, וואָס איז געבּוירן פוּן דעם גייסט, איז גייסט. 7 חִידוש דיך ניט, וואָס איך האָבּ דיר געזאָגט: איר מוּזט געבּוירן ווערן אויפסנייַ. 8 דער ווינט בּלאָזט וואוּ ער וויל, אוּן דוּ הערסט זיין קוֹל, אָבּער דוּ ווייסט ניט פוּנוואַנען ער קוּמט, אוּן וואוּהין ער גייט; אַזוי איז יעדער איינער, וואָס איז געבּוירן פוּן דעם גייסט. 9 האָט נַקדִימוֹן צוּ אים געזאָגט: וויאַזוי קאָן דאָס זיין? 10 אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: דוּ בּיסט אַ לערער פוּן יִשׂרָאל, אוּן דאָס פאַרשטייסטוּ ניט? 11 באמת, באמת, איך זאָג דיר: מיר רעדן דאָס, וואָס מיר ווייסן, אוּן זאָגן עֵדות פוּנוועגן דעם, וואָס מיר האָבּן געזען; אוּן איר נעמט ניט אָן אוּנדזער עֵדות. 12 אויבּ איך האָבּ צוּ אייך גערעדט פוּנוועגן ערדישע זאַכן, אוּן איר גלויבּט ניט, וויאַזוי וועט איר גלויבּן, אויבּ איך זאָל צוּ אייך רעדן פוּנוועגן הימלישע זאַכן? 13 אוּן קיינער איז ניט אַרויפגעגאַנגען אין הימל אַריין, נייערט דער, וואָס האָט אַראָפּגענידערט פוּן הימל, דער בֶן־אָדָם, וואָס איז אין הימל. 14 אוּן אַזוי ווי מׄשה האָט אויפגעהויבּן די שלאַנג אין דער מִדבּר, פּוּנקט אַזוי מוּז דער בֶן־אָדָם אויפגעהויבּן ווערן, 15 כּדי יעדער איינער, וואָס גלויבּט אין אים, זאָל האָבּן אייבּיק לעבּן. 16 וואָרים גאָט האָט אַזוי ליבּ געהאַט די וועלט, אַז ער האָט געגעבּן זיין בֶן־יָהיד, כּדי יעדער איינער, וואָס גלויבּט אין אים, זאָל ניט פאַרלוירן ווערן, נייערט האָבּן אייבּיק לעבּן. 17 וואָרים גאָט האָט ניט געשיקט דעם זוּן אין דער וועלט אַריין צוּ מִשפּטן די וועלט, נייערט אַז די וועלט זאָל געראַטעוועט ווערן דוּרך אים. 18 דער, וואָס גלויבּט אין אים, ווערט ניט געמִשפּט; דער, וואָס גלויבּט ניט, איז שוין געמִשפּט געוואָרן, מַחמת ער האָט ניט געגלויבּט אין דעם נאָמען פוּן דעם בֶן־יָחיד פוּן גאָט. 19 אוּן דאָס איז דער מִשפּט, וואָס דאָס ליכט איז געקוּמען אין דער וועלט אַריין, אוּן מענטשן האָבּן ליבּ געהאַט די פינצטערניש ליבּערשט ווי דאָס ליכט; וואָרים זייערע מַעשׂים זענען געווען שלעכט. 20 וואָרים יעדער איינער, וואָס טוּט שלעכטס, האָט פיינט דאָס ליכט, אוּן קוּמט ניט צוּ דעם ליכט, כּדי זיינע מַעשׂים זאָלן ניט אויסגעפוּנען ווערן. 21 נייערט דער, וואָס טוּט דעם אֶמת, קוּמט צוּ דעם ליכט, כּדי זיינע מַעשׂים זאָלן אַנטפּליקט ווערן, אַז זיי זענען געטאָן געוואָרן אין גאָט. 22 נאָך דעם איז יֵשוּעַ געקוּמען מיט זיינע תַּלמידים אין דעם לאַנד יהוּדה; אוּן ער איז דאָרט פאַרבּליבּן מיט זיי, אוּן האָט געטוֹבלט. 23 אוּן אויך יוֹחָנָן האָט געטוּבלט געווען אין עֵינוֹן, נאָענט פוּן שָלֵם, מַחמת עס איז דאָרטן געווען אַ סַך וואַסער; אוּן זיי זענען געקוּמען אוּן האָבּן זיך געלאָזט טוֹבלען. 24 וואָרים יוֹחָנָן איז נאָך ניט געווען אַרייַנגעוואָרפן אין דער תּפִיסה. 25 אוּן עס האָט זיך אויפגעהויבּן אַ מַחלוֹקה צווישן די תַּלמידים פוּן יוֹחָנָן אוּן אַ ייִדן וועגן רייניקוּנג. 26 אוּן זיי זענען געקוּמען צוּ יוֹחָנָן, אוּן האָבּן צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, דער, וואָס איז בּיי דיר געווען אין עֵבר־הַיַרדן, אוּן אויף וועמען דוּ האָסט עֵדות געזאָגט, זע, דער דאָזיקער טוֹבלט, אוּן אַלע קוּמען צוּ אים. 27 האָט יוֹחָנָן געענטפערט, אוּן געזאָגט: אַ מענטש קאָן זיך גאָרניט נעמען, סיידן עס איז אים געגעבּן געוואָרן פוּן הימל. 28 איר אַליין זענט מיינע עֵדות, אַז איך האָבּ געזאָגט: איך בּין ניט דער מָשִיחַ, נייערט אַז איך בּין געשיקט געוואָרן פאָרויס פאַר אים. 29 דער, וואָס האָט די כַּלה, איז דער חָתן; 30 אוּן דער פריינט פוּן דעם חָתן, וואָס שטייט אוּן הערט זיך צוּ צוּ אים, איז זיך שטאַרק משַׂמֵחַ איבּער דעם חָתָנס קוֹל; די דאָזיקע שִׂמחה מיינע איז איצט פוּל. ער מוּז וואָקסן, איך אָבּער מוּז ווערן קלענער. 31 דער, וואָס קוּמט פוּן אויבּן, איז איבּער אַלעמען; דער, וואָס איז פוּן דער ערד, איז פוּן דער ערד, אוּן פוּן דער ערד טוּט ער רעדן; דער, וואָס קוּמט פוּן הימל, איז איבּער אַלעמען. 32 וואָס ער האָט געזען אוּן געהערט, וועגן דעם זאָגט ער עֵדות, אוּן קיינער נעמט ניט אָן זיין עֵדות; 33 דער, וואָס האָט אָנגענוּמען זיין עֵדות, האָט צוּגעלייגט זיין חַתִימה, אַז גאָט איז אֶמת. 34 וואָרים דער, וועמען גאָט האָט געשיקט, טוּט רעדן די רייד פוּן גאָט; וואָרים ער גיט ניט דעם גייסט מיט אַ מאָס. 35 דער פאָטער האָט ליבּ דעם זוּן, אוּן האָט אַלצדינג געגעבּן אין זיין האַנט אַריין. 36 דער, וואָס גלויבּט אין דעם זוּן, האָט אייבּיק לעבּן; דער אָבּער, וואָס געהאָרכט ניט דעם זוּן, וועט ניט זען קיין לעבּן, נייערט דער צאָרן פוּן גאָט טוּט רוּען אויף אים.

4

1 אוּן בּעת דער האַר האָט זיך דערוואוּסט, אַז די פּרוּשים האָבּן געהערט, אַז יֵשוּעַ מאַכט אוּן טוֹבלט מער תַּלמידים ווי יוֹחָנָן ־ 2 חַגם יֵשוּעַ אַליין האָט ניט געטוֹבלט, נייערט זיינע תַּלמידים ־ 3 האָט ער פאַרלאָזט יהוּדה, אוּן איז ווידער אַוועקגעגאַנגען קיין גָליל. 4 אוּן ער האָט געמוּזט דוּרכגיין דוּרך שוֹמרוֹן. 5 אוּן ער איז געקוּמען אין אַ שטאָט פוּן שוֹמרוֹן, וואָס האָט געהייסן סוּכַר, נאָענט צוּ דעם שטיק פעלד, וואָס יַעקׄב האָט געגעבּן צוּ זיין זוּן יוֹסף. 6 אוּן יַעקׄבס בּרוּנעם איז דאָרט געווען. אוּן אַזוי ווי יֵשוּעַ איז געווען מיד פוּן וועג, האָט ער זיך אַנידערגעזעצט בּיי דעם בּרוּנעם; עס איז געווען אַרוּם דער זעקסטער שָעה. 7 אוּן געקוּמען איז אַ פרוי פוּן שוֹמרוֹן צוּ שעפּן וואַסער. זאָגט יֵשוּעַ צוּ איר: גיבּ מיר צוּ גרינקען. 8 וואָרים זיינע תַּלמידים זענען אַוועקגעגאַנגען אין דער שטאָט אַריין צוּ קויפן שפּייז. 9 אוּן די שוֹמרוֹנישע פרוי האָט צוּ אים געזאָגט: ווי קוּמט עס, וואָס דוּ, וואָס בּיסט אַ ייִד, בּעטסט צוּ טרינקען בּיי מיר, אַ שוֹמרוֹנית? וואָרים ייִדן האָבּן ניט געהאַט קיין מַגע־וּמַשׂא מיט שוֹמרוֹנים. 10 האָט יֵשוּעַ איר געענטפערט: אויבּ דוּ וואָלטסט געוואוּסט די מַתָּנה פוּן גאָט, אוּן ווער דאָס איז, וואָס זאָגט צוּ דיר: גיבּ מיר צוּ טרינקען, וואָלטסטוּ געווען געבּעטן בּיי אים, אוּן ער וואָלט דיר געווען געגעבּן לעבּעדיק וואַסער. 11 זאָגט צוּ אים די פרוי: האַר, דוּ האָסט ניט מיט וואָס אַנצוּשעפּן, אוּן דער בּרוּנעם איז טיף; פוּנוואַנען האָסטוּ דאָס לעבּעדיקע וואַסער? 12 צי בּיסטוּ גרעסער פוּן יַעקׄב אָבינוּ, וואָס האָט אוּנדז געגעבּן דעם בּרוּנעם, אוּן האָט פוּן אים אַליין געטרוּנקען, אוּן זיינע זין, אוּן זיינע בּהֵמות? 13 האָט יֵשוּעַ געענטפערט, אוּן צוּ איר געזאָגט: יעדער איינער, וואָס טרינקט פוּן דעם דאָזיקן וואַסער, וועט ווידער זיין דאָרשטיק. 14 אָבּער דער, וואָס טוּט טרינקען פוּן דעם וואַסער, וואָס איך וועל אים געבּן, וועט קיינמאָל מער ניט דאָרשטיק זיין; נייערט דאָס וואַסער, וואָס איך וועל אים געבּן, וועט ווערן אין אים אַ וואַסער־קוואַל, וואָס קוואַלט אַרויף צוּם אייבּיקן לעבּן. 15 זאָגט צוּ אים די פרוי: האַר, גיבּ מיר דאָס דאָזיקע וואַסער, כּדי איך זאָל ניט דאָרשטן, אוּן ניט דאַרפן קוּמען אַהער צוּ שעפּן. 16 זאָגט יֵשוּעַ צוּ איר: גיי, רוּף דיין מאַן, אוּן קוּם אַהער. 17 האָט די פרוי געענטפערט, אוּן געזאָגט: איך האָבּ ניט קיין מאַן. זאָגט יֵשוּעַ צוּ איר: דוּ האָסט ריכטיק געזאָגט: איך האָבּ ניט קיין מאַן; 18 וואָרים דוּ האָסט געהאַט פינף מענער; אוּן דער, וועמען דוּ דאָסט איצט, איז ניט דיין מאַן; דאָס האָסטוּ אֶמת געזאָגט. 19 זאָגט צוּ אים די פרוי: האַר, איך זע, אַז דוּ בּיסט אַ נָביא. 20 אוּנדזערע אָבות האָבּן תּפִילה געטאָן אויף דעם דאָזיקן בּאַרג; אוּן איר זאָגט, אַז אין ירוּשָלַיִם איז דער מָקום, וואוּ מע דאַרף תּפִילה טאָן. 21 זאָגט יֵשוּעַ צוּ איר: אִשה, גלויבּ מיר, סע קוּמט די שָעה, וואָס ניט אויף דעם דאָזיקן בּאַרג, אויך ניט אין ירוּשָלַיִם וועט איר תּפִילה טאָן צוּם פאָטער. 22 איר טוּט תּפִילה צוּ דעם, וועמען איר קענט ניט; מיר טוּען תּפִילה צוּ דעם, וועמען מיר קענען; וואָרים די ישוּעה איז פוּן די ייִדן. 23 אָבּער סע קוּמט די שָעה, אוּן אָט איז זי, ווען די אֶמֶתע מִתפַּללִים וועלן מִתפלל זיין צוּם פאָטער אין גייסט אוּן אֶמת; וואָרים אַזוינע טוּט דער פאָטער בּאַגערן זאָלן זיין זיינע מִתפַּללִים. 24 גאָט איז גייסט; אוּן די, וואָס טוּען תּפִילה צוּ אים, מוּזן תּפִילה טאָן אין גייסט אוּן אֶמת. 25 זאָגט די פרוי צוּ אים: איך ווייס, אַז מָשִיחַ (וואָס הייסט געזאַלבּטער) וועט קוּמען; ווען ער וועט קוּמען, וועט ער אוּנדז בּאַשייֵדן אַלצדינג. זאָגט יֵשוּעַ צוּ איר: איך, וואָס רעד מיט דיר, בּין עס טאַקע. 26 אינצווישן זענען אָנגעקוּמען זיינע תַּלמידים; 27 אוּן זיי האָבּן זיך געחִידושט, וואָס ער רעדט מיט אַ נקֵיבה. דאָך האָט קיינער ניט געזאָגט: וואָס ווילסטוּ? אָדער: פאַרוואָס רעדסטוּ מיט איר? 28 אוּן די פרוי האָט איבּערגעלאָזט דעם וואַסער־קרוּג, אוּן איז אַוועק אין שטאָט אַריין, אוּן געזאָגט צוּ די מענטשן: 29 קוּמט, זעט אַ מענטשן, וואָס האָט מיר געזאָגט אַלצדינג, וואָס איך האָבּ געטאָן; זאָל דאָס זיין דער מָשִיחַ? 30 זענען זיי אַרויסגעגאַנגען פוּן דער שטאָט, אוּן זענען געקוּמען צוּ אים. 31 בּשַעת־מַעשׂה האָבּן אים די תַּלמידים געבּעטן, אַזוי צוּ זאָגן: רֶבּי, עס. 32 אָבּער ער האָט צוּ זיי געזאגט: איך האָבּ אַ שפּייז צוּ עסן, פוּן וואָס איר ווייסט ניט. 33 די תַּלמידים האָבּן דעריבּער געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: צי האָט אים עמיצער געבּראַכט עפּעס צוּ עסן? 34 זאָגט יֵשוּעַ צוּ זיי: מיין שפּייז איז צוּ טאָן דעם רָצון פוּן אים, וואָס האָט מיך געשיקט, אוּן צוּ פאַרענדיקן זיין ווערק. 35 זאָגט איר ניט: עס זענען נאָך פיר חַדָשים, אוּן דערנאָך קוּמט דער שניט? איך זאָג אייך, הייבּט אויף אייערע אויגן, אוּן קוּקט אויף די פעלדער, וואָס זענען שוין ווייס צוּם שניט. 36 דער, וואָס שניידט, איז מקַבּל שׂכַר, אוּן זאַמלט איין פֵּירות צוּם אייבּיקן לעבּן, כּדי דער, וואָס זייֵט, אוּן דער, וואָס שניידט, זאָלן זיך אינאיינעם משַׂמֵחַ זיין. 37 וואָרים דאָ פּאַסט זיך דאָס מָשל: איינער זייֵט, אוּן אַן אַנדערער שניידט. 38 איך האָבּ אייך געשיקט צוּ שניידן דאָס, איוף וואָס איר האָט זיך ניט געמיִט; אַנדערע האָבּן זיך געמיִט, אוּן איר זענט אין זייער מיִ אַרייַנגעקוּמען. 39 אוּן פוּן יענער שטאָט האָבּן אַ סַך פוּן די שוֹמרוֹנים געגלויבּט אין אים, צוּליבּ דעם וואָרט פוּן דער פרוי, וואָס האָט עֵדות געזאָגט: ער האָט מיר געזאָגט אַלצדינג, וואָס איך האָבּ געטאָן. 40 אוּן אַז די שוֹמרוֹנים זענען צוּ אים געקוּמען, האָבּן זיי אים געבּעטן צוּ פאַרבּלייַבּן מיט זיי; אוּן ער איז דאָרט פאַרבּליבּן צוויי טעג. 41 אוּן נאָך אַ סַך האָבּן געגלויבּט צוּליבּ זיין וואָרט; 42 אוּן זיי האָבּן געזאָגט צוּ דער פרוי: איצט גלויבּן מיר, ניט צוּליבּ דיינע רייד, וואָרים מיר אַליין האָבּן געהערט, אוּן ווייסן, אַז דאָס איז בּאֶמת דער גוֹאֵל פוּן דער וועלט. 43 אוּן נאָך די צוויי טעג איז ער פוּן דאָרטן אַוועקגעגאַנגען קיין גָליל. 44 וואָרים יֵשוּעַ אַליין האָט עֵדות געזאָגט, אַז אַ נָביא האָט ניט קיין כָּבוד אין זיין אייגן לאַנד. 45 אוּן אַז ער איז געקוּמען קיין גָליל, האָבּן אים די גָלִילער מקַבּל־פָּנים געווען, ווייל זיי האָבּן געזען אַלץ, וואָס ער האָט געטאָן אין ירוּשָלַיִם אויף יוֹם־טוֹב; וואָרים אויך זיי האָבּן עוֹלה־רֶגל געווען אויף יוֹם־טוֹב. 46 אוּן ער איז ווידער אַמאָל געקוּמען קיין קָנָה אין גָליל, וואוּ ער האָט געמאַכט דאָס וואַסער צוּ וויין. אוּן דאָרט איז געווען איינער אַן אייֵדלמאַן, וועמעס זוּן איז געווען קראַנק אין כּפַר־נַחוּם. 47 בּעת ער האָט געהערט, אַז יֵשוּעַ איז אַרויסגעקוּמען פוּן יהוּדה קיין גָליל, איז ער געגאַנגען אוּן האָט אים געבּעטן, אַז ער זאָל אַראָפּנידערן אוּן היילן זיין זוּן; וואָרים ער האָט געהאַלטן בּיים שטאַרבּן. 48 אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ אים געזאָגט: סיידן איר זעט נִסים וְנִפלאות, וועט איר ניט גלויבּן׳ 49 זאָגט צוּ אים דער אייֵדלמאַן: האַר, קוּם אַראָף, איידער מיין קינד שטאַרבּט. 50 זאָגט יֵשוּעַ צוּ אים: גיי; דיין זוּן לעבּט׳ אוּן דער מענטש האָט געגלויבּט דאָס וואָרט, וואָס יֵשוּעַ האָט צוּ אים גערעדט, אוּן ער איז געגאַנגען זיין וועג. 51 אוּן בּעת ער האָט אַראָפּגענידערט, האָבּן אים בּאַגעגנט זיינע קנעכט, אוּן געזאָגט, אַז זיין זוּן לעבּט. 52 אוּן ער האָט געפאָרשט בּיי זיי די שָעה, ווען ער האָט זיך אָנגעהויבּן צוּ בּעסערן. האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: נעכטן אין דער זיבּעטער שָעה האָט דאָס פיבּער אים אָפּגעלאָזט. 53 אוּן דער פאָטער האָט פאַרשטאַנען, אַז דאָס איז געווען אין יענער שָעה, אין וועלכער יֵשוּעַ האָט צוּ אים געזאָגט: דיין זוּן לעבּט׳ אוּן ער האָט אַליין געגלויבּט, אוּן זיין גאַנץ הויז. 54 דאָס דאָזיקע איז שוין דאָס צווייטע וואוּנדער, וואָס יֵשוּעַ האָט געטאָן בּיי זיין אַרויסקוּמען פוּן יהוּדה קיין גַליל.

5

1 אוּן נאָך דעם איז געווען יוֹם־טוֹב בּיי ייִדן; אוּן יֵשוּעַ האָט עוֹלה־רֶגל געווען קיין ירוּשָלַיִם. 2 אוּן אין ירוּשָלַיִם בּיים שַער־הַצׄאן איז פאַראַן אַ טייך, וואָס הייסט אויף לָשון־קוֹדֶש בֵּית־חַסדָא, אוּן וואָס האָט פינף פּאָלישן, 3 אין די דאָזיקע איז געלעגן אַן עוֹלם פוּן קראַנקע, בּלינדע, הינקענדיקע, אויסגעצערטע, וואָס האָבּן געוואַרט, אַז דאָס וואַסער זאָל זיך בּאַוועגן. 4 וואָרים אַ מַלאך פוּן גאָט פלעגט פוּן צייט־צוּ־צייט אַראָפּנידערן אין דעם טייך אַריין, אוּן בּאַוועגן דאָס וואַסער; אוּן דער, וואָס איז צוּערשט אַרייַנגעגאַנגען, נאָכדעם ווי דאָס וואַסער איז בּאַוואויגן געוואָרן, איז געוואָרן געזוּנט, פוּן וואָסער קראַנקהייט ער האָט נאָר געליטן. 5 אוּן דאָרט איז געווען אַ מענטש, וואָס איז קראַנק געווען אַכט־אוּן־דרייסיק יאָר. 6 אוּן אַז יֵשוּעַ האָט אים געזען, אוּן האָט פאַרשטאַנען, אַז ער ליגט שוין אַזוי אַ לאַנגע צייט, האָט ער צוּ אים געזאָגט: דוּ ווילסט געזוּנט ווערן? 7 האָט אים דער חוֹלה געענטפערט: האַר, איך האָבּ ניט קיינעם, וואָס זאָל מיך אַרייַנטאָן אין טייך אַריין, בּעת דאָס וואַסער בּאַוועגט זיך; איידער איך קוּם אָן, גייט אַן אַנדערער אַראָף פאַר מיר. 8 זאָגט צוּ אים יֵשוּעַ: שטיי אויף, נעם דיין געלעגער, אוּן גיי. 9 אוּן תֵּיכּף איז דער מענטש געזוּנט געוואָרן, אוּן האָט גענוּמען זיין געלעגער אוּן איז געגאַנגען. אוּן יענער טאָג איז געווען שַבּת. 10 אוּן די ייִדן האָבּן געזאָגט צוּ דעם, וואָס איז געהיילט געוואָרן: עס איז שַבּת, אוּן עס איז דיר ניט דערלויבּט צוּ טראָגן דיין געלעגער. 11 אָבּער ער האָט זיי געענטפערט: דער, וואָס האָט מיך געזוּנט געמאַכט, האָט צוּ מיר געזאָגט: נעם דיין געלעגער, אוּן גיי. 12 האָבּן זיי אים געפרעגט: ווער איז דער מענטש, וואָס האָט צוּ דיר געזאָגט: נעם דיין געלעגער, אוּן גיי? 13 אָבּער דער, וואָס איז געהיילט געוואָרן, האָט ניט געוואוּסט, ווער דאָס איז געווען; וואָרים יֵשוּעַ האָט אָפּגעקערט, ווייל אַן עוֹלם איז געווען אויף יענעם אָרט. 14 דערנאָך האָט אים יֵשוּעַ געפוּנען אין דעם בֵּית־הַמִקדש, אוּן האָט צוּ אים געזאָגט: זע, דוּ בּיסט געוואָרן געזוּנט; זינדיק ניט מער, ווייל טאָמער וועט דיך בּאַפאַלן אַן ערגערע זאַך. 15 אוּן דער מענטש איז אַוועקגעגאַנגען, אוּן האָט גערציילט די ייִדן, אַז דאָס איז געווען יֵשוּעַ, וואָס האָט אים געזוּנט געמאַכט. 16 אוּן צוּליבּ דעם האָבּן די ייִדן גערוֹדֶפט יֵשוּעַן, מַחמת ער האָט אַזוינס געטאָן אוּם שַבּת. 17 אָבּער יֵשוּעַ האָט זיי געענטפערט: מיין פָאטער אַרבּעט בּיז איצט, אוּן איך אַרבּער אויך. 18 אוּן טאַקע צוּליבּ דעם האָבּן די ייִדן נאָך מער געזוּכט אים צוּ טייטן, מַחמת ער האָט ניט נאָר מחַלֵל־שַבּת געווען, נייערט האָט אויך אָנגערוּפן גאָט זיין פאָטער, אוּן זיך געמאַכט גלייך מיט גאָט. 19 יֵשוּעַ האָט זיי דעריבּער געענטפערט, אוּן געזאָגט: באמת, באמת, איך זאָג אייך, דער זוּן קאָן פוּן זיך אַליין גאָרניט טאָן, סיידן דאָס, וואָס ער זעט דעם פאָטער טאָן; וואָרים דאָס, וואָס ער טוּט, דאָס טוּט אויך אויף דעם זעלבּן אוֹפן דער זוּן. 20 וואָרים דער פאָטער האָט ליבּ דעם זוּן, אוּן ווייזט אים אַלצדינג, וואָס ער טוּט אַליין; אוּן גרעסערע מַעשׂים ווי די דאָזיקע וועט ער אים ווייזן, כּדי איר זאָלט נִשתּוֹמם ווערן. 21 וואָרים אַזוי ווי דער פאָטער איז מחַיֵה־מֵתים אוּן גיט זיי לעבּן, פּוּנקט אַזוי מאַכט אויך דער זוּן לעבּעדיק, וועמען ער וויל. 22 וואָרים דער פאָטער מִשפּט קיינעם ניט, נייערט האָט דעם גאַנצן מִשפּט איבּערגעגעבּן דעם זוּן, 23 כּדי אַלע זאָלן אָפּגעבּן כָּבוד דעם זוּן, פּוּנקט ווי זיי גיבּן אָף כָּבוד דעם פאָטער. דער, וואָס גיט ניט אָף קיין כָּבוד דעם זוּן, גיט ניט אָף קיין כָּבוד דעם פאָטער, וואָס האָט אים געשיקט. 24 באמת, באמת, איך זאָג אייך: דער, וואָס הערט מיין וואָרט, אוּן גלויבּט דעם, וואָס האָט מיך געשיקט, האָט אייבּיק לעבּן, אוּן קוּמט ניט צוּם מִשפּט, נייערט איז אַריבּער געגאַנגען פוּן דעם טויט אין לעבּן אַריין. 25 באמת, באמת, איך זאָג אייך: סע גענעענט די שָעה, אוּן אָט איז זי, ווען די מֵתים וועלן הערן דאָס קוֹל פוּן דעם בֶן־אֱלהִׄים, אוּן די, וואָס הערן, וועלן לעבּן. 26 וואָרים ווי דער פאָטער האָט לעבּן אין זיך אַליין, פּוּנקט אַזוי האָט ער אוּיך געגעבּן דעם זוּן צוּ האָבּן לעבּן אין זיך אַליין; 27 אוּן ער האָט אים געגעבּן רשוּת צוּ טאָן מִשפּט, מַחמת ער איז דער בֶן־אָדָם. וואוּנדערט אייך ניט אויף דעם; 28 וואָרים סע גענעענט די שָעה, אין וועלכער אַלע, וואָס זענען אין די קבָרים, וועלן הערן זיין קוֹל, אוּן וועלן אַרויסקוּמען; די, 29 וואָס האָבּן געטאָן גוּטס, צוּ דער אויפשטייאוּנג פוּן לעבּן, אוּן די, וואָס האָבּן געטאָן שלעכטס, צוּ דער אויפשטייאוּנג פוּן מִשפּט. 30 איך קאָן גאָרניט טאָן פוּן מיר אַליין; ווי איך הער, אַזוי מִשפּט איך; אוּן מיין מִשפּט איז גערעכט, מַחמת איך זוּך ניט מיין אייגענעם רָצון, נייערט דעם רָצון פוּן דעם, וואָס האָט מיך געשיקט. 31 אויבּ איך זאָג עֵדות אויף מיר אַליין, איז מיין עֵדות ניט אֶמת. 32 פאַראַן אַן אַנדערער, וואָס זאָגט עֵדות וועגן מיר; אוּן איך ווייס, אַז דאָס עֵדות, וואָס ער איז מֵעיד אויף מיר, איז אֶמת. 33 איר האָט געשיקט צוּ יוֹחָנָן, אוּן ער האָט עֵדות געזאָגט פאַר דעם אֶמת. 34 איך אָבּער נעם ניט אָן דאָס עֵדות זאָגן פוּן אַ מענטשן; נייערט איך זאָג דאָס, כּדי איר זאָלט געראַטעוועט ווערן. 35 ער איז געווען אַ ליכט, וואָס האָט געבּרענט אוּן געשייַנט, אוּן איר זענט געווען גרייט זיך משַׂמֵחַ צוּ זיין אַ צייט אין זיין ליכט. 36 אָבּער איך האָבּ אַן עֵדות, וואָס איז גרעסער איידער יוֹחָנָנס, וואָרים די מַעשׂים, וואָס דער פאָטער האָט מיר געגעבּן ממַלא צוּ זיין, טאַקע די מַעשׂים, וואָס איך טוּ, זאָגן עֵדות אויף מיר, אַז דער פאָטער האָט מיך געשיקט. 37 אוּן דער פאָטער, וואָס האָט מיך געשיקט, האָט עֵדות געזאָגט אויף מיר. איר האָט אויך צוּמאָל ניט געהערט זיין קוֹל, אוּן אויך ניט געזען זיין געשטאַלט. 38 אוּן זיין וואָרט טוּט ניט רוען אין אייך, וואָרים וועמען ער האָט געשיקט, דעם גלויבּט איר ניט. 39 איר פאָרשט די כִּתבֵי־הַקוֹדֶש, מַחמת איר מיינט, אַז אין זיי האָט איר אייבּיק לעבּן; אוּן זיי זענען עס, וואָס זאָגן עֵדות אויף מיר; 40 אוּן איר ווילט ניט קוּמען צוּ מיר, כּדי איר זאָלט האָבּן לעבּן. 41 איך נעם ניט אָן קיין כָּבוד פוּן מענטשן; 42 איך קען אייך, איר וואָס האָט ניט אין זיך די ליבּשאַפט פוּן גאָט. 43 איך בּין געקוּמען אין מיין פאָטערס נאָמען, אוּן איר זענט מיך ניט מקַבּל; אויבּ אַן אַנדערער וועט קוּמען אין זיין אייגענעם נאָמען, אים וועט איר מקַבּל זיין. 44 וויאַזוי קאָנט איר גלויבּן, וואָס נעמט אָן כָּבוד איינער פוּן דעם אַנדערן, אוּן דעם כָּבוד, וואָס קוּמט פוּן דעם איינציקן גאָט, זוּכט איר ניט? 45 מיינט ניט, אַז איך וועל אייך פאַרקלאָגן פאַר דעם פאָטער; פאַראַן איז איינער, וואָס טוּט אייך פאַרקלאָגן, מׄשה, אויף וועמען איר פאַרלאָזט אייך. 46 וואָרים וואָלט איר געגלויבּט מׄשהן, וואָלט איר אוֹיך מיר געגלויבּט, מַחמת ער האֶט געשריבּן פוּנוועגן מיר. 47 אויבּ אָבּער איר גלויבּט ניט זיינע כּתוּבים, וויאַזוי וועט איר גלויבּן מיינע רייד?

6

1 דערנאָך איז יֵשוּעַ אַריבּער איוף דער אַנדערער זייט פוּן דעם יַם־הַגָליל, בּיי טְבֶרְיָה. 2 אוּן אַ גרויסער עוֹלם איז אים נאָכ געגאַנגען, מַחמת זיי האָבּן געזען די וואוּנדער, וואָס ער האָט געטאָן מיט די קראַנקע. 3 אוּן יֵשוּעַ איז אַרויפגעגאַנגען אויף דעם בּאַרג, אוּן האָט זיך דאָרטן אַנידערגעזעצט מיט זיינע תַּלמידים. אוּן ער איז געווען נאָענט צוּם ייִדישן יוֹם־טוֹב פֵּסח. 4 אוּן בּעת יֵשוּעַ האָט אויפגעהויבּן זיינע אויגן, אוּן געזען, אַז אַ גרויסער עוֹלם דערנענטערט זיך צוּ אים, 5 האָט ער געזאָגט צוּ פיליפּוּסן: פוּנוואַנען זאָלן מיר קויפן בּרויט, כּדי די דאָזיקע זאָלן האָבּן וואָס צוּ עסן? 6 אוּן דאָס האָט ער געזאָגט, אים צוּ פּרוּאוון; וואָרים ער אַליין האָט געוואוּסט, וואָס ער וועט טאָן. 7 האָט אים פיליפּוּס געענטפערט: פאַר צוויי הוּנדערט דינָרים בּרויט וועט פאַר זיי ניט זיין גענוּג, אַז יעדער איינער זאָל כאָטש קריגן אַבּיסל. 8 זאָגט צוּ אים איינער פוּן זיינע תַּלמידים, אַנדריי, דער בּרוּדער פוּן שִמעוֹן פּעטרוּס: 9 פאַראַן דאָ אַ ייִנגל, וואָס האָט פינף גערשטן־בּרויטן אוּן צוויי פיש; אָבּער וואָס איז דאָס פאַר אַזויפיל? 10 האָט יֵשוּעַ געזאָגט: הייסט די מענטשן זיך אַנידערזעצן. אוּן עס איז געווען אַ סַך גרוָז אויף יענעם פּלאַץ. אוּן די מענטשן האָבּן זיך אַנידערגעזעצט, אַרוּם פינף טויזנט אין צאָל. 11 אוּן יֵשוּעַ האָט גענוּמען די בּרויטן, אוּן אַז ער האָט אַ בּרָכה געמאַכט, האָט ער זיי פוּנאַנדערגעטיילט צוּ די, וואָס זענען געווען אנידערגעזעצט; אוּן אַזוי איוך פוּן די פיש, וויפל זיי האָבּן געוואָלט. 12 אוּן אַז זיי זענען געוואָרן זאַט, האָט ער געזאָגט צוּ זיינע תַּלמידים: זאַמלט צוּנויף די איבּערגעבּליבּענע בּרעקלעך, אַז סאזאָל גאָרניט פאַרלוירן גיין. 13 אוּן זיי האָבּן זיי צוּנויפגענוּמען אוּן האָבּן אָנגעפילט צוועלף קערבּ מיט בּרעקלעך פוּן די פינף גערשטן־בּרויטן, וואָס זענען איבּערגעבּליבּן פוּן די, וואָס האָבּן געגעסן. 14 אוּן בּעת די מענטשן האָבּן געזען דעם נס, וואָס ער האָט געטאָן, האָבּן זיי געזאָגט: דאָס איז בּאֶמת דער נָביא, וואָס דאַרף קוּמען אויף דער וועלט. 15 אוּן בּעת יֵשוּעַ האָט בּאַמערקט, אַז זיי האָבּן בּדֵעה צוּ קוּמען אוּן אים נעמען מיט געוואַלט, כּדי אים צוּ מאַכן פאַר אַ מֵלך, האָט ער זיך ווידער צוּריקגעצויגן אַליין אויף דעם בּאַרג. 16 אוּן אַז עס איז געוואָרן אָוונט, האָבּן זיינע תַּלמידים אַראָפּגענידערט צוּם יַם, אוּן זיי זענען אַרייַנגעגאַנגען אין אַ שיף אַריין, 17 אוּן זענען אַריבּער געפאָרן דעם יַם קיין כּפַר־נַחוּם. אוּן עס איז שוין געווען פינצטער, אוּן יֵשוּעַ איז נאָך ניט געקוּמען צוּ זיי. 18 אוּן דער יַם האָט זיך אויפגעהויבּן, ווייל אַ גרויסער ווינט האָט געבּלאָזן. 19 אוּן נאָכדעם ווי זיי זענען אָפּגעפאָרן אַן עֶרֶך פוּן פינף־אוּן צוואַנציק, אָדער דרייסיק סטאַדיעס, האָבּן זיי געזען יֵשוּעַן גיין אויפן יַם, אוּן זיך דערנענטערן צוּ דער שיף. און זיי האָבּן מוֹרא געהאַט. אָבּער ער האָט צוּ זיי געזאָגט: דאָס בּין איך; 20 האָט ניט קיין מוֹרא. 21 אוּן זיי האָבּן אים געוואָלט אַרייַננעמען אין דער שיף אַריין; אוּן די שיף האָט זיך תֵּכּף דערנענטערט צוּם לאַנד, וואוּהין זיי זענען געפאָרן. 22 אויף מאָרגן האָט דאָס פאָלק, וואָס איז געשטאַנען אויף דער אַנדערער זייט יַם, געזען, אַז דאָרטן איז ניט געווען קיין אַנדערע שיף אויסער איינער, אוּן אַז יֵשוּעַ איז ניט אַרייַנגעגאַנגען מיט זיינע תַּלמידים אין דער שיף אַריין, נייערט, אַז זיינע תַּלמידים זענען אַוועקגעפאָרן אַליין. 23 עס זענען אָבּער אָנגעקוּמען אַנדערע שיפן פוּן טְבֶרְיָה, נאָענט צוּ דעם פּלאַץ, וואוּ זיי האָבּן געגעסן דאָס בּרויט, נאָכדעם ווי דער האַר האָט אַ בּרָכה געמאַכט; 24 אוּן ווען דאָס פאָלק האָט געזען, אַז יֵשוּעַ איז דאָרט ניטאָ, אוּן אויך ניט זיינע תַּלמידים, זענען זיי אַריין אין די שיפן, אוּן זענען געפאָרן קיין כּפַר־נַחוּם, אוּן האָבּן געזוּכט יֵשוּעַן. 25 אוּן אַז זיי האָבּן אים געפוּנען אויף יענער זייט יַם, האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, ווען בּיסטוּ אַהערגעקוּמען? 26 האָט יֵשוּעַ זיי געענטפערט, אוּן געזאָגט: באמת, באמת, איך זאָג אייך, איר זוּכט מיך, ניט מַחמת איר האָט געזען די נִסים, נייערט ווייל איר האָט געגעסן פוּן די בּרויטן, אוּן זענט זאַט געוואָרן. 27 מיִט אייך ניט פאַר דער שפּייז, וואָס גייט פאַרלוירן, נייערט פאַר דער שפּייז, וואָס פאַרבּלייַבּט פאַר דעם אייבּיקן לעבּן, וואָס דער בֶן־אָדָם וועט אייך געבּן; וואָרים אויף אים האָט גאָט, דער פאָטער, אַרויפגעלייגט זיין חַתִימה. 28 אוּן זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: וואָס זאָלן מיר טאָן, כּדי צוּ טאָן די מַעשׂים פוּן גאָט? 29 האָט יֵשוּעַ געענטפערט, אוּן צוּ זיי געזאָגט: דאָס איז דאָס ווערק פוּן גאָט, אַז איר זאָלט גלויבּן אין אים, וועמען ער האָט געשיקט. 30 אוּן זיי האָבּ צוּ אים געזאָגט: וואָס טוּסטוּ דען פאַר אַ נס, אַז מיר זאָלן זען, אוּן דיר גלויבּן? וואָס טוּסטוּ אויף? אוּנדזערע אָבות האָבּן געגעסן מַן אין דער מִדבּר; 31 ווי סע שטייט געשריבּן: ער האְט זיי געגעבּן צוּ עסן בּרויט פוּן הימל. 32 האָט יֵשוּעַ צוּ זיי געזאָגט: באמת, באמת, איך זאָג אייך, ניט מׄשה האָט אייך געגעבּן בּרויט פוּן הימל, נייערט מיין פאָטער גיט אייך דאָס אֶמֶתע בּרויט פוּן הימל. 33 וואָרים דאָס בּרויט פוּן גאָט איז דאָס, וואָס קוּמט אַראָף פוּן הימל, אוּן גיט לעבּן צוּ דער וועלט. 34 האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: האַר, גיבּ אוּנדז תָּמיד דאָס דאָזיקע בּרויט. 35 אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ זיי געזאָגט: איך בּין דאָס בּרויט פוּן לעבּן; דער, וואָס קוּמט צוּ מיר, וועט קיינמאָל ניט הוּנגעריק זיין, אוּן דער, וואָס גלויבּט אין מיר, וועט קיינמאָל ניט זיין דאָרשטיק. 36 אָבּער איך האָבּ אייך געזאָגט, אַז איר האָט מיך געזען, אוּן דאָך האָט איר ניט געגלויבּט. 37 אַצלדינג, וואָס דער פאָטער גיט מיר, וועט קוּמען צוּ מיר; אוּן דעם, וואָס קוּמט צוּ מיר, אים וועל איך בּאֵין־אוֹפן ניט אַרויסוואַרפן. 38 וואָרים איך בּין אַראָפּגעקוּמען פוּן הימל, ניט צוּ טאָן מיין אייגענעם רָצון, נייערט דעם רָצון פוּן אים, וואָס האָט מיך געשיקט. 39 אוּן דאָס איז דער רָצון פוּן אים, וואָס האָט מיך געשיקט, אַז פוּן דעם אַלעמען, וואָס ער האָט מיר געגעבּן, זאָל איך גאָרניט פאַרלירן, נייערט איך זאָל עס אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאָג. 40 וואָרים דאָס איז דער רָצון פוּן מיין פאָטער, אַז יעדער איינער, וואָס זעט דעם זוּן, אוּן גלויבט אין אים, זאָל האָבּן אייבּיק לעבּן; אוּן איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאָג. 41 די ייִדן האָבּן דעריבּער געמוּרמלט קעגן אים, מַחמת ער האָט געזאָגט: איך בּין דאָס בּרויט, וואָס איז אַראָפּגעקוּמען פוּן הימל. 42 אוּן זיי האָבּן געזאָגט: איז ניט דער דאָזיקער יֵשוּעַ בֶן־יוֹסף, וועמעס פאָטער אוּן מוּטער מיר קענען? וויאַזוי טוּט ער איצט זאָגן: איך בּין אַראָפּגעקוּמען פוּן הימל? 43 האָט יֵשוּעַ געענטפערט, אוּן צוּ זיי געזאָגט: מוּרמלט ניט צווישן זיך. 44 קיינער קאָן ניט קוּמען צוּ מיר, סיידן דער פאָטער, וואָס האָט מיך געשיקט, ציט אים; אוּן איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאָג. 45 סע שטייט געשריבּן אין די נבִיאים: אוּן זיי וועלן אַלע זיין געלערנט פוּן גאָט. יעדער איינער, וואָס האָט געהערט אוּן געלערנט פוּן דעם פאָטער, קוּמט צוּ מיר. 46 ניט, אַז עמיצער האָט געזען דעם פאָטער, אַחוּץ דער, וואָס איז פוּן גאָט, ער האָט געזען דעם פאָטער. 47 באמת, באמת, איך זאָג אייך, דער, וואָס גלויבּט אין מיר, האָט אייבּיק לעבּן. איך בּין דאָס בּרוּיט פוּן לעבּן. 48 אייערע אָבות האָבּן געגעסן מַן אין דער מִדבּר, 49 אוּן זענען געשטאָרבּן. 50 דאָס דאָזיקע איז דאָס בּרויט, וואָס קוּמט אַראָף פוּן הימל, כּדי מע זאָל עסן דערפוּן, אוּן ניט שטאַרבּן. 51 איך בּין דאָס לעבּעדיקע בּרויט, וואָס איז אַראָפּגעקוּמען פוּן הימל; אויבּ עמיצער וועט עסן פוּן דעם דאָזיקן בּרויט, וועט ער לעבּן אויף אייבּיק; אוּן דאָס בּרויט, וואָס איך וועל געבּן פאַר דעם לעבּן פוּן דער וועלט, איז מיין פלייש. 52 די ייִדן האָבּן זיך דעריבּער געאַמפּערט איינער מיט דעם אַנדערן, אַזוי צוּ זאָגן: וויאַזוי קען ער אוּנדז געבּן זיין קלייש צוּ עסן? 53 יֵשוּעַ האָט דעריבּער צוּ זיי געזאָגט: באמת, באמת, איך זאָג אייך, אויבּ איר וועט ניט עסן דאָס פלייש פוּן דעם בֶן־אָדָם, אוּן טרינקען זיין בּלוּט, האָט איר ניט קיין לעבּן אין זיך. 54 דער, וואָס עסט מיין פלייש, אוּן טרינקט מיין בּלוּט, האָט אייבּיק לעבּן; אוּן איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאָג. 55 וואָרים מיין פלייש איז אֶמֶתע שפּייז, אוּן מיין בּלוּט איז אֶמֶתער געטראַנק. 56 דער, וואָס עסט מיין פלייש, אוּן טרִינקט מיין בּלוּט, רוּט אין מיר, אוּן איך אין אים. 57 אַזוֹיווי דער לעבּעדיקער פאָטער האָט מיך געשיקט, אוּן איך לעבּ פוּנוועגן דעם פאָטער, אַזוי וועט דער, וואָס עסט מיך, אויך לעבּן פוּן מייַנעטוועגן. 58 דאָס דאָזיקע איז דאָס בּרויט, וואָס איז אַראָפּגעקוּמען פוּן הימל: ניט ווי אייערע אָבות האָבּן געגעסן, אוּן זענען געשטאָרבּן; דער, וואָס עסט דאָס דאָזיקע בּרויט, וועט לעבּן אויף אייבּיק. 59 דאָס דאָזיקע האָט ער געזאָגט אין דער שוּל, בּעת ער האָט געלערנט אין כּפַר־נַחוּם. 60 אוּן אַ סַך פוּן זיינע תַּלמידים, בּעת זיי האָבּן דאָס געהערט, האָבּן געזאָגט: דאָס איז אַ האַרבּ וואָרט; ווער קאָן דאָס הערן? 61 יֵשוּעַ האָט אָבּער פאַרשטאַנען אין זיך, אַז זיינע תַּלמידים האָבּן געמוּרמלט דערבּיי, האָט ער צוּ זיי געזאָגט: טוּט דאָס אייך גוֹרם זיין צוּ שטרויכלען? 62 אוּן וואָס, אויבּ איר זאָלט זען דעם בֶן־אָדָם אַרויפגיין, וואוּ ער איז פריער געווען? 63 דער גייסט איז דאָס, וואָס גיט לעבּן; דאָס פלייש נוּצט צוּ גאָרניט; די רייד, וואָס איך האָבּ גערעדט צוּ אייך, זענען גייסט אוּן לעבּן. 64 אָבּער פאַראַן עטלעכע צווישן אייך, וואָס גלויבּן ניט. וואָרים יֵשוּעַ האָט געוואוּסט פוּן אָנהייבּ אָן, ווער עס זענען די, וואָס האָבּן ניט געגלויבּט, אוּן ווער עס וועט אים איבּערענטפערן. 65 אוּן ער האָט געזאָגט: דערפאַר האָבּ איך צוּ אייך געזאָגט, אַז קיינער קאָן ניט קוּמען צוּ מיר, סיידן דאָס איז אים בּאַשערט געוואָרן פוּן דעם פאָטער. 66 פוּן דעמאָלט אָן האָבּן זיך אַ סַך פוּן זיינע תַּלמידים צוּריקגעצויגן, אוּן זענען מער מיט אים ניט געגאַנגען. 67 יֵשוּעַ האָט דעריבּער געזאָגט צוּ די צוועלף: ווילט איר אוּיך אַוועקגיין? 68 אוּן שִמעוֹן פּעטרוּס האָט אים געענטפערט: האַר, צוּ וועמען זאָלן מיר גיין? דוּ האָסט די ווערטער פוּן אייבּיקן לעבּן. 69 אוּן מיר האָבּן געגלויבּט, אוּן ווייסן, אַז דוּ בּיסט דער הייליקער פוּן גאָט. 70 האָט יֵשוּעַ זיי געענטפערט: האָבּ איך ניט אייך, די צוועלף, אויסדערוויילט, אוּן איינער פוּן אייך איז אַ שָׂטן? 71 אוּן ער האָט גערעדט פוּן יהוּדה בֶן־שִמעוֹן אִיש־קרִיוֹת, וואָרים ער איז געווען דער, וואָס האָט אים געזאָלט איבּערענטפערן, הַגַם איינער פוּן די צוועלף.

7

1 אוּן נאָכדעם איז יֵשוּעַ אַרוּמגעגאַנגען אין גָליל; וואָרים ער האָט ניט געוואָלט אַרוּמגיין אין יהוּדה, מַחמת די ייִדן האָבּן געזוּכט אים צוּ טייטן. 2 אוּן דער ייִדישער יוֹם־טוֹב סוּכּות האָט זיך דערנענטערט. 3 זיינע בּרידער האָבּן דערי בּער צוּ אים געזאָגט: קער אָף פוּנדאַנען אוּן גיי קיין יהוּדה, כּדי דיינע תַּלמידים זאָלן אויך זען די מַעשׂים, וואָס דוּ טוּסט. 4 וואָרים קיינער טוּט ניט קיין שוּם זאַך בּסֵתר, אויבּ ער בּאַגערט אָפן בּאַקאַנט צוּ זיין. אויבּ דוּ טוּסט די דאָזיקע זאַכן, אַנטפּלעק דיך פאַר דער וועלט. וואָרים אַפילו זיינע בּרידער האָבּן ניט געגלויבּט אין אים. 5 יֵשוּעַ האָט דעריבּער צוּ זיי געזאָגט: 6 מיין צייט איז נאָך ניט געקוּמען, אָבּער אייער צייט איז אַלעמאָל גרייט. 7 די וועלט קאָן אייך ניט פיינט האָבּן; מיך אָבּער האָט זי פיינט, מַחמת איך זאָג עֵדות אויף איר, אַז אירע מַעשׂים זענען שלעכט. 8 גייט, זייט עוֹלה־רֶגל אויף יוֹם־טוֹב; איך בין ניט עוֹלה־רֶגל אויף דעם דאָזיקן יוֹם־טוֹב, מַחמת מיין צייט איז נאָך ניט ממַלא געוואָרן. אוּן בּעת ער האָט דאָס געזאָגט, איז ער געבּליבּן אין גָליל. 9 אוּן נאָכדעם ווי זיינע בּרידער זענען עוֹלה־רֶגל געווען איוף יוֹם־טוֹב, 10 איז ער אויך עוֹלה־רֶגל געווען, ניט אָפן, נייערט בּסֵתר. 11 אוּן יוֹם־טוּב האָבּן אים די ייִדן געזוּכט, אוּן געזאָגט: וואוּ איז ער? 12 אוּן עס איז געווען וועגן אים אַ סַך געמוּרמל צווישן דעם פאָלק; טייל האָבּן געזאָגט: ער איז אַ גוּטער מענטש; אַנדערע האָבּן געזאָגט: ניין, ער פאַרפירט דאָס פאָלק. 13 דאָך האָט קיינער ניט גערעדט אָפן וועגן אים, אויס מוֹרא פאַר די ייִדן. 14 אוּן בּעת עס איז שוין געווען אין מיטן פוּן דעם יוֹם־טוֹב, איז יֵשוּעַ אַרויפגעגאַנגען אין בֵּית־הַמִקדש אַריין, אוּן האָט געלערנט. 15 אוּן די ייִדן האָבּן זיך געחִידושט, אוּן געזאָגט: וויאַזוי קאָן דער דאָזיקער מענטש אַ סֵפר, אַז ער האָט קיינמאָל ניט געלערנט? 16 יֵשוּעַ האָט זיי דעריבּער געענטפערט, אוּן געזאָגט: מיין תּוֹרה איז ניט מיינע, נייערט דעמס, וואָס האָט מיך געשיקט. 17 אויבּ עמיצער איז וויליק צוּ טאָן זיין רָצוֹן, וועט ער וויסן פוּן דער לערנוּנג, צי זי איז פוּן גאָט, אָדער צי איך רעד פוּן מיר אַליין. 18 דער, וואָס רעדט פוּן זיך אַליין, זוּכט זיין אייגענעם כָּבוד; דער אָבּער, וואָס זוּכט דעם כָּבוד פוּן דעם, וואָס האָט אים געשיקט, דער דאָזיקער איז וואָרהאַפטיק, אוּן קיין אוּמגערעכטיקייט איז אין אים ניטאָ. 19 האָט אייך מׄשה ניט געגעבּן די תּוֹרה? אוּן דאָך האַלט קיי נער ניט פוּן אייך די תּוֹרה. פאַרוואָס זוּכט איר מיך צוּ טייטן? 20 אוּן דער הַמוֹן האָט אים געענטפערט: דוּ האָסט אַ בּייזן גייסט; ווער זוּכט דיך צוּ טייטן? 21 האָט יֵשוּעַ געענטפערט, אוּן צוּ זיי געזאָגט: איך האָבּ געטאָן איין זאַך, אוּן איר אַלע חִידושט זיך דערי בּער. 22 מׄשה האָט אייך געגעבּן מִצוַת־מִילה (ניט, אַז עס איז פוּן מׄשהן, נייערט פוּן די אָבות), אוּן איר זענט שַבּת מַל אַ מענטשן. 23 בּכֵן, אויבּ מען איז מַל אַ מענטשן אוּם שַבּת, כּדי ניט עוֹבר צוּ זיין אויף תּוֹרַת־מׄשה, פאַרוואָס צערנט איר אויף מיר, וואָס איך האָבּ שַבּת אַ גאַנצן מענטצן געזוּנט געמאַכט? 24 מִשפּט ניט לפָּנים, נייערט מִשפּט אַ גערעכט מִשפּט. 25 אוּן עטלעכע ירוּשָלַיִמער האָבּן געזאָגט: איז דאָס ניט דער, וועמען זיי זוּכן צוּ טייטן? 26 אָט רעדט ער אָפן, אוּן זיי זאָגן אים גאָרניט. זאָל עס זיין, אַז די שָׂרים ווייסן בּאֶמת, אַז דאָס איז דער מָשִיחַ? 27 מיר ווייסן פוּנוואַנען ער איז; אָבּער ווען מָשִיחַ וועט קוּמען, וועט קיינער ניט וויסן פוּנוואַנען ער איז. 28 יֵשוּעַ האָט דעריבּער אויסגערוּפן אין דעם בֵּית־הַמִקדש, בּעת ער האָט געלערנט, אוּן געזאָגט: איר קענט מיך, אוּן איר ווייסט פוּנוואַנען איך בּין? איך בּין אָבּער ניט געקוּמען פוּן מיר אַליין, נייערט דער, וואָס האָט מיך געשיקט, איז וואָרהאַפטיק, אוּן אים קענט איר ניט. 29 איך קען אים, מַחמת איך בּין פוּן אים, אוּן ער האָט מיך געשיקט. 30 זיי האָבּן דעריבּער געזוּכט אים צוּ כאַפּן; נאָר קיינער האָט ניט געלייגט קיין האַנט אויף אים, מַחמת זיין שָעה איז נאָך ניט געקוּמען. 31 אָבּער אַ סַך פוּן דעם פאָלק האָבּן געגלויבּט אין אים, אוּן זיי האָבּן געזאָגט: ווען מָשִיחַ וועט קוּמען, וועט ער דען טאָן מער נִסים, ווי דער דאָזיקער האָט געטאָן? 32 אוּן די פּרוּשים האָבּן געהערט, ווי דאָס פאָלק רעדט אַזוינס וועגן אים, אוּן די ראָשי־כּׄהַנים אוּן די פּרוּשים האָבּן אַרויסגעשיקט בּאַדינער אים צוּ כאַפּן. 33 יֵשוּעַ האָט דעריבּער געזאָגט: נאָך אַ קליינע וויילע בּין איך מיט אייך, דערנאָך גיי איך צוּ אים, וואָס האָט מיך געשיקט; 34 איר וועט מיך זוּכן, אוּן וועט מיך ניט געפינען; אוּן וואוּ איך בּין, קאָנט איר ניט קוּמען. 35 האָבּן די ייִדן געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: וואוּהין טראַכט ער צוּ גיין, וואָס מיר וועלן אים ניט געפינען? וועט ער אֶפשר גיין צוּ די אין גָלות צווישן די גריכן, אוּן לערנען די גריכן? 36 וואָס מיינט דאָס וואָרט, וואָס ער האָט געזאָגט: איר וועט מיך זוּכן אוּן ניט געפינען; אוּן וואוּ איך בּין, קאָנט איר ניט קוּמען? 37 אוּן אין דעם לעצטן טאָג, דעם גרויסן טאָג פוּנעם יוֹם־טוֹב, איז יֵשוּעַ געשטאַנען, אוּן האָט אויסגערוּפן: אויבּ עמיצער איז דאָרשטיק, זאָל ער קוּמען צוּ מיר אוּן טרינקען. 38 דער, וואָס גלויבּט אין מיר, וועלן פוּן זיין לייַבּ, לויט ווי דער פָּסוק זאָגט, פליסן טייכן פוּן לעבּעדיק וואַסער. 39 אוּן דאָס האָט ער דערעדט פוּן דעם רוּחַ־הַקוֹדֶש, וואָס די, וואָס גלויבּן אין אים, האָבּן בּאַדאַרפט מקַבּל זיין; וואָרים דער רוּחַ־הַקוֹדֶש איז נאָך ניט געווען געגעבּן געוואָרן, מַחמת יֵשוּעַ איז נאך ניט געווען פאַרהערלעכט. 40 אוּן טייל פוּן דעם פאָלק, בּעת זיי האָבּן געהערט די דאָזיקע רייד, האָבּן געזאָגט: דער דאָזיקער איז בּאֶמת דער נָביא. 41 אַנדערע האָבּן געזאָגט: דאָס איז דער מָשִיחַ. אַנדערע ווידער האָבּן געזאָגט: וואָס, צי טוּט דער מָשִיחַ אַרויסקוּמען פוּן גָליל? 42 האָבּן ניט די כִּתבֵי־הַקוֹדֶש געזאָגט, אַז דער מָשִיחַ קוּמט פוּן דעם זאָמען פוּן דָוִדן, אוּן פוּן בֵּית־לֶחֶם, די שטאָט, פוּן וואַנען דָוִד איז געווען? 43 אוּן עס האָט זיך אויפגעהויבּן וועגן אים אַ מַחלוֹקה בּיים פאָלק. 44 אוּן טייל פוּן זיי האָבּן אים געוואָלט כאַפּן; נאָר קיינער האָט אויף אים ניט געלייגט אַ האַנט. 45 אוּן די בּאַדינער זענען דעריבּער געקוּמען צוּ די ראָשי־כּׄהַנים אוּן די פּרוּשים; אוּן יענע האָבּן צוּ זיי געזאָגט: פאַרוואָס האָט איר אים ניט געבּראַכט? 46 האָבּן די בּאַדינער געענטפערט: סאהאָט נאָך קיינמאָל אַ מענטש אַזוי גערעדט, 47 ווי דער דאָזיקער מענטש׳ האָבּן די פּרוּשים זיי געענטפערט: זענט איר אויך פאַרפירט געוואָרן? 48 צי האָט עמיצער פוּן די שָׂרים, אָדער פוּן די פּרוּשים, געגלויבּט אין אים? 49 אָבּער דער דאָזיקער הַמוֹן, וואָס קען ניט די תּוֹרה, איז פאַרשאָלטן. 50 זאָגט צוּ זיי נַקדימוֹן, דער, וואָס איז צוּ אים פריער געקוּמען, הַגַם ער איז געווען איינער פוּן זיי: 51 מִשפּט דען אוּנדזער תּוֹרה אַ מענטשן; איידער זי הערט קוֹדם פוּן אים אַליין, אוּן מע ווייסט וואָס ער טוּט? 52 האָבּן זיי געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: בּיסטוּ אויך פוּן גָליל? פאָרש, אוּן זע, אַז פוּן גָליל שטייט ניט אויף קיין נָביא. 53 אוּן איטלעצער איז זיך אַהיימגעגאַנגען.

8

1 אוּן יֵשוּעַ איז געגאַנגען צוּ דעם הַר־הַזֵיתים. 2 אָבּער אין דער פרי איז ער ווידער געקוּמען אין דעם בֵּית־הַמִקדש אַריין, אוּן דאָס גאַנצע פאָלק איז געקוּמען צוּ אים; אוּן ער האָט זיך אַנידערגעזעצט, אוּן האָט זיי געלערנט. 3 אוּן די סוֹפרים אוּן די פּרוּשים האָבּן געבּראַכט אַ פרוי, וואְס מען האָט געכאַפּט בּיי זנוּת; 4 אוּן זיי האָבּן זי אַוועקגעשטעלט אין דער מיט, אוּן האָבּן צוּ אים געזאָגט: רֶבּי, די דאָזיקע אִשה איז געכאַפּט געוואָרן בּיי זנוּת, טאַקע בּשַעת מַעשׂה. 5 אין דער תּוֹרה האָט אוּנדז מׄשה געבּאָטן אַזוינע צוּ פאַרשטיינען; וואָס זאָגסטוּ דערצוּ? 6 אוּן דאָס האָבּן זיי געזאָגט, אים צוּ פּרוּאוון, כּדי זיי זאָלן עפּעס האָבּן וועגן וואָס אים צוּ פאַרקלאָגן. אָבּער יֵשוּעַ האָט זיך אייַנגעבּויגן, אוּן געשריבּן מיטן פינגער אויף דער ערד. 7 אוּן אַזוֹיווי זיי האָבּן געהאַלטן אין פרעגן ווייטער, האָט ער זיך אויפגעהויבּן, אוּן האָט צוּ זיי געזאָגט: דער צווישן אייך, וואָס איז אָן אַ זינד, זאָל זיין דער ערשטער צוּ וואָריפן אויף איר אַ שטיין. 8 אוּן ער האָט זיך ווידער אייַנגעבּויגן, אוּן געשריבּן אויף דער ערד. 9 אוּן אַז זיי האָבּן דאָס געהערט, זענען זיי אַרויסגעגאַנגען איינער נאָכן אַנדערן, אָנהייבּנדיק פוּן דעם עלטסטן, בּיזן לעצטן; אוּן יֵשוּעַ איז געבּליבּן אַליין, אוּן די פרוי איז געשטאַנען אין דער מיט. 10 אוּן יֵשוּעַ האָט זיך אויפגעהויבּן, אוּן האָט צוּ איר געזאָגט: אִשה, וואוּ זענען זיי? האָט דיך קיינער ניט פאַרמִשפּט? 11 אוּן זי האָט געזאָגט: קיינער ניט, האַר. האָט יֵשוּעַ צוּ איר געזאָגט: איוך איך פאַרמִשפט דיך ניט; גיי, אוּן פוּן איצט אָן זינדיק ניט מער. 12 אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ זיי ווידער גערעדט, אַזוי צוּ זאָגטן: איך בּין דאָס ליכט פוּן דער וועלט; דער, וואָס גייט מיר נאָך, וועט קיינמאָל ניט גיין אין דער פינצטערניש, נייערט וועט האָבּן דאָס ליכט פוּן לעבּן. 13 די פּרוּשים האָבּן דעריבּער צוּ אים געזאָגט: דוּ זאָגסט עֵדות פוּנוועגן דיר אַליין; דיין עֵדות איז ניט אֶמת. 14 אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט, אוּן צוּ זיי געזאָגט: אויבּ אַפילו איך זאָג עֵדות פוּונעגן מיר אַליין, איז מיין עֵדות אֶמת, וואָרים איך ווייס פוּנוואַנען איך בּין געקוּמען, אוּן וואוּהין איך גיי; איר אָבּער ווייסט ניט פוּנוואַנען איך קוּם, אָדער וואוּהין איך גיי. 15 איר טוּט מִשפּטן לויט דעם פלייש; איך מִשפּט קיינעם ניט. 16 אוּן אויבּ אַפילו איך טוּ מִשפּטן, איז מיין מִשפּט אֶמת; וואָרים איך בּין ניט אַליין, נייערט איך אוּן דער פאָטער, וואָס האָט מיך געשיקט. 17 אוּן אויך אין דער תּוֹרה שטייט געשריבּן, אַז דאָס עֵדות פוּן צוויי מענטשן איז אֶמת. 18 איך זאָג עֵדות פוּנוועגן מיר אַליין, אוּן דער פאָטער, וואָס האָט מיך געשיקט, זאָגט אויך עֵדות פוּנוועגן מיר. 19 זיי האָבּן דעריבּער צוּ אים געזאָגט: וואוּ איז דיין פאָטער? אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט: איר קענט ניט מיך, אוּן ניט מיין פאָטער; אויבּ איר וואָלט מיך געקענט, וואָלט איר אויך געקענט מיין פאָטער. 20 די דאָזיקע רייד האָט ער געזאָגט אין דער שאַצקאַמער, בּעת ער האָט געלערנט אין דעם בֵּית־הַמִקדש; אוּן קיינער האָט אים ניט גענוּמען, מַחמת זיין שָעה איז נאָך ניט געווען געקוּמען. 21 ער האָט דעריבּער ווידער צוּ זיי געזאָגט: איך גיי אַוועק, אוּן איר וועט מיך זוּכן; אָבּער איר וועט שטאַרבּן אין אייערע זינד; וואוּהין איך גיי, קענט איר ניט קוּמען. 22 האָבּן די ייִדן דעריבּער געזאָגט: וויל ער זיך אֶפשר טייטן, מַחמת ער זאָגט: וואוּהין איך גיי, קענט איר ניט קוּמען? 23 אוּן ער האָט צוּ זיי געזאָגט: איר זענט פוּן אוּנטן, איך בּין פוּן אויבּן; איר זענט פוּן דער וועלט; איך בּין ניט פוּן דער וועלט. 24 דערפאַר האָבּ איך צוּ אייך געזאָגט, אַז איר וועט שטאַרבּן אין אייערע זינד. וואָרים סיידן איר וועט גלויבּן, אַז איך בּין עס, וועט איר שטאַרבּן אין אייערע זינד. 25 האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: ווער בּיסטוּ? אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ זיי געזאָגט: טאַקע דער, וואָס איך האָבּ אייך געזאָגט פוּן אָנהייבּ אָן. 26 איך האָבּ אַ סַך צוּ רעדן פוּנוועגן אייך, אוּן צוּ מִשפּטן; אָבּער דער, וואָס האָט מיך געשיקט, איז אֶמת. אוּן דאָס, וואָס איך האָבּ פוּן אים גֵהערט, דאָס רעד איך צוּ דער וועלט. 27 נאָר זיי האָבּן ניט פאַרשטאַנען, אַז ער האָט צוּ זיי גערעדט פוּן דעם פאָטער. 28 יֵשוּעַ האָט דעריבּער געזאָגט: בּעת איר וועט האָבּן דערהויבּן דעם בֶן־אָדָם, דעמאָלט וועט איר וויסן, אַז איך בּין ער, אוּן אַז איך טוּ גאָרניט פוּן מיר אַליין, נייערט ווי דער פאָטער האָט מיך געלערנט, אַזוי רעד איך. 29 אוּן דער, וואָס האָט מיך געשיקט, איז מיט מיר; ער האָט מיך ניט געלאָזן אַליין; וואָרים איך טוּ תָּמיד דאָס, וואָס אים איז וואוילגעפעלן. 30 בּעת ער האָט דאָס געזאָגט, האָבּן אַ סַך געגלויבּט אין אים. 31 יֵשוּעַ האָט דעריבּער געזאָגט צוּ יענע ייִדן, וואָס האָבּן אין אים געגלויבּט: אויבּ איר וועט בּלייַבּן בּיי מיין וואָרט, זענט איר בּאֶמת מיינע תַּלמידים, 32 אוּן איר וועט קענען דעם אֶמת, אוּן דער אֶמת וועט אייך מאַכן פריי. 33 האָבּן זיי אים געענטפערט: מיר זענען אַברָהמס זאָמען, אוּן זענען נאָך קיינמאָל ניט געווען פאַרקנעכט צוּ קיין מענטשן; וויאַזוי זאָגסטוּ: איר וועט ווערן פריי? 34 אוּן יֵשוּעַ האָט זיי געענטפערט: באמת, באמת, איך זאָג אייך: יעדער איינער, וואָס בּאַגייט אַ זינד, איז דער קנעכט פוּן זינד. 35 אוּן דער קנעכט פאַרבּלייַבּט ניט אין דעם הויז אויף אייבּיק; דער זוּן פאַרבּלייַבּט איוף אייבּיק. 36 דעריבּער, אויבּ דער זוּן וועט אייך מאַכן פריי, וועט איר בּאֶמת זיין פריי. 37 איך ווייס, אַז איר זענט אַברָהמס זאָמען; אָבּער איר זוּכט מיך צוּ טייטן, מַחמת מיין וואָרט געפינט ניט קיין פּלאַץ בּיי אייך. 38 איך רעד דאָס, וואָס איך האָבּ געזען בּיי מיין פאָטער, אוּן איר טוּט אויך דאָס, וואָס איר האָט געהערט פוּן אייער פאָטער. 39 אוּן זיי האָבּן געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: אַברָהם איז אוּנדזער פאָטער. זאָגט יֵשוּעַ צוּ זיי: ווען איר וואָלט געווען אַברָהמס קינדער, וואָלט איר געטאָן די מַעשׂים פוּן אַברָהמען. 40 אָבּער איר זוּכט מיך איצט צוּ טייטן, אַ מענטשן, וואָס האָט אייך געזאָגט דעם אֶמת, וועלכן איך האָבּ געהערט פוּן גאָט; דאָס האָט אַברָהם ניט געטאָן. 41 איר טוּט די מַעשׂים פוּן אייער פאָטער. האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: מיר זענען ניט געבּוירן געוואָרן דוּרך זנוּת; מיר האָבּן איין פאָטער, גאָט. 42 האָט יֵשוּעַ צוּ זיי געזאָגט: ווען גאָט וואָלט געווען אייער פאָטער, וואָלט איר מיך ליבּ געהאַט, וואָרים איך בּין אַרויסגעגאנגען אוּן בּין געקוּמען פוּן גאָט; וואָרים ניט פוּן מיר אַליין בּין איך געקוּמען, נייערט ער האָט מיך געשיקט. 43 פאַרוואָס פארשטייט איר ניט מיין לָשון? דערפאַר ווייל איר קאָנט ניט הערן מיין וואָרט. 44 איר זענט פוּן אייער פאָטער, דעם שָׂטן, אוּן די תַּאוות פוּן אייער פאָטער ־ דאָס איז אייער רָצון צוּ טאָן. ער איז געווען אַ רוֹצֵחַ פוּן אָנהייבּ אָן, אוּן איז ניט געשטאָנען אין דעם אֶמת, מַחמת עס איז אין אים ניטאָ קיין אֶמת. בּשַעת ער רעדט אַ ליגן, רעדט ער לויט זיין אייגענער טֶבע, וואְרים ער איז אַ שַקרן, אוּן דער פאָטער פוּן שֶקר. 45 אָבּער ווייל איך זאָג דעם אֶמט, גלויבּט איר מיר ניט. ווער פוּן אייך טוּט מיך בּאַשוּלדיקן אין אַ זינד? 46 אויבּ איך זאָג אֶמת, פאַרוואָס גלויבּט איר מיר ניט? 47 דער, וואָס איז פוּן גאָט, טוּט הערן די רייד פוּן גאָט; דעריבּער הערט איר זיי ניט, מַחמת איר זענט ניט פוּן גאָט. 48 האָבּן די ייִדן געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: צי זָאגן מיר ניט מיט רעכט, אַז דוּ בּיסט אַ שׂוֹמרוֹני, אוּן האָסט אַ בּייזן גייסט? 49 אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט: איך האָבּ ניט קיין בּייזן גייסט, נייערט איך גיבּ אָף כָּבוד מיין פאָטער, אוּן איר זענט מיך מבַזה. 50 אָבּער איך זוּך ניט מיין אייגענעם כָּבוד; פאַראַן איינער, וואָס טוּט אים זוּכן אוּן מִשפּטן. 51 באמת, באמת, איך זָאג אייך, אויבּ איינער היט אָף מיין וואָרט, וועט ער קיינמאָל ניט זען קיין טויט. 52 האָבּן די ייִדן צוּ אים געזאָגט: איצט ווייסן מיר, אַז דוּ האָסט אַ בּייזן גייסט. אַברָהם איז געשטאָרבּן, אוּן די נבִיאים; אוּן דוּ זאָגסט: אויבּ איינער היט אָף מיין וואָרט, וועט ער קיינמאָל ניט פאַרזוּכן פוּן טויט. 53 בּיסטוּ גרעסער פוּן אַברָהם אָבינוּ, וואָס איז געשטאָרבּן? אוּן די נבִיאים זענען געשטאָרבּן; פאַר וועמען מאַכסטוּ דיך אַליין? 54 אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט: אויבּ איך גיבּ מיר אַליין אָף כָּבוד, איז מיין כָּבוד גאָרניט; עס איז מיין פאָטער, וואָס גיט מיר אָף כָּבוד, פוּן וועמען איר זאָגט, אַז ער איז אייער גאָט. 55 אוּן איר האָט אים ניט געקענט; אָבּער איך קען אים. אוּן אויבּ איך וואָלט זאָגן: איך קען אים ניט, וואָלט איך זיין אַ ליגנער גלייף צוּ אייך; אָבּער איך קען אים, אוּן היט אָבּ זיין וואָרט. 56 אייער פאָטער אַברָהם האָט זיך געפרייט צוּ זען מיין טאָג; אוּן ער האָט אים געזען, אוּן זיך משַׂמֵחַ געווען. 57 די ייִדן האָבּן דעריבּער געזאָגט צוּ אים דוּ בּיסט נאָך ניט אַלט קיין פוּפציק יאָר, אוּן דוּ האָסט געזען אַברָהמען? 58 אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ זיי געזאָגט: באמת, באמת, איך זאָג אייך, איידער אַברָהם איז געווען, בּין איך. 59 זיי האָבּן דעריבּער אויפגעהויבּן שטיינער צוּ וואַרפן אויף אים; אָבּער יֵשוּעַ האָט זיך פאַרבּאָרגן, אוּן איז אַרויסגעגאַנגען פוּן דעם בֵּית־הַמִקדש.

9

1 אוּן בּעת ער איז פאַרבּייַגעגאַנגען, האָט ער געזען אַ מענטשן, וואָס איז געווען בּלינד פוּן זיין געבּוּרט אָן. 2 אוּן זיינע תַּלמידים האָבּן אים געפרעגט: רֶבּי, ווער האָט געזינדיקט, דער דאָזיקער מענטש, אָדער זיינע עלטערן, וואָס ער איז געבּוירן געוואָרן בּלינד? 3 האָט יֵשוּעַ געענטפערט: ניט ער האָט געזינדיקט, אוּן ניט זיינע עלטערן, נייערט כּדי די מַעשׂים פוּן גאָט זאָלן אין אים אַנטפּלעקט ווערן. 4 מיר מוּזן טאָן די מַעשׂים פוּן אים, וואָס האָט מיך געשיקט, כָּל־זמַן עס איז טאָג; סע קוּמט אָן די נאָכט, ווען קיינער קאָן ניט אַרבּעטן. 5 כָּל־זמַן איך בּין אין דער וועלט, בּין איך דאָס ליכט פוּן דער וועלט. 6 בּעת ער האָט דאָס געזאָגט, האָט ער אויסגעשפּיגן אויף דער ערד, אוּן געמאַכט אַ ליים פוּן דעם שפּייַעכץ, אוּן האָט אים בּאַשמירט די אויגן מיט דעם ליים, 7 אוּן צוּ אים געזאָגט: גיי, וואַש דיך אין דעם טייך שִילוֹחַ, וואָס איז טייַטש: געשיקטער. ער איז דעריבּער געגאַנגען, אוּן האָט זיך געוואַשן, אוּן איז צוּריקגעקוּמען זעענדיק. 8 די שכֵנים, אוּן די, וואָס האָבּן אים פריער געזען, בּעת ער איז געווען אַ בּעטלער, האָבּן געזאָגט: איז דאָס ניטדער, וואָס איז געזעסן אוּן האָט געבּעטלט? 9 אַנדערע האָבּן געזאָגט: ער איז עס; אַנדערע ווידער האָבּן געזאָגט: ניין, נאָר ער איז ענלעך צוּ אים. אוּן ער האָט געזאָגט: איך בּין עס. 10 האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: וויאַזוי זענען דיינע אויגן געעפנט געוואָרן? 11 אוּן ער האָט געענטפערט: דער מענטש, וואָס ווערט גערוּפן יֵשועַ, האָט געמאַכט אַ ליים, אוּן האָט בּאַשמירט מיינע אויגן, אוּן האְט צוּ מיר געזאָגט: גיי צוּם שִילוֹחַ, אוּן וואַש דיך; אוּן איך בּין געגאַנגען אוּן האָבּ מיך געוואַשן, אוּן איך האָבּ געקריגן מיין ראִיה. 12 אוּן זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: וואוּ איז ער? האָט ער געזאָגט: איך ווייס ניט. 13 אוּן זיי האָבּן געבּראַכט צוּ די פּרוּשים דעם, וואָס איז פריער געווען בּלינד. 14 אוּן עס איז געווען שַבּת אין יענעם טאָג, ווען יֵשוּעַ האָט געמאַכט דאָס ליים, אוּן געעפנט זיינע אויגן. 15 אוּן די פּרוּשים האָבּן אים ווידער געפרעגט, וויאַזוי ער האָט געקריגן זיין ראִיה. אוּן ער האָט צוּ זיי געזאָגט: ער האָט אַרויפגעלייגט ליים אויף די אויגן, אוּן איך האָבּ מיך געוואַשן, אוּן איך זע. 16 אוּן עטלעכע פוּן די פּרוּשים האָבּן געזאָגט: דער דאָזיקער מענטש איז ניט פוּן גאָט, מַחמת ער היט ניט אָף שַבּת. נאָר אַנדערע האָבּן געזאָגט: וויאַזוי קאָן אַ מענטש, וואָס איז אַ זינדיקער, טאָן אַזעלכע נִסים? אוּן סע זענען געווען צווישן זיי הילוּקי־דֵעות. 17 אוּן זיי האָבּן נאָכאַמאָל געזאָגט צוּם בּלינדן: וואָס זאָגסטוּ פוּנוועגן אים מַחמת ער האָט דיר געעפנט דיינע אויגן? האָט ער געזאָגט: ער איז אַ נָביא. 18 אָבּער די ייִדן האָבּן ניט געוואָלט גלויבּן, אַז ער איז געווען בּלינד, אוּן האָט געקריגן זיין ראִיה, בּיז זיי האָבּן גערוּפן די עלטערן פוּן דעם, וואָס האָט געקריגן זיין ראִיה, 19 אוּן האָבּן זיי געפרעגט: איז דאָס אייער זוּן, פוּן וועמען איר זאָגט, אַז ער איז געבּוירן געוואָרן בּלינד? וויאַזוי זעט ער איצט? 20 אוּן זיינע עלטערן האָבּן געענטפערט: מיר ווייסן, אַז דאָס איז אוּנדזער זוּן, אוּן אַז ער איז געבּוירן געוואָרן בּלינד; 21 נאָר וויאַזוי ער זעט איצטער, ווייסן מיר ניט; אָדער ווער סע האָט אים געעפנט די אויגן, ווייסן מיר ניט. פרעגט אים; ער איז שוין אַ בַּר־דַעת, זאָל ער רעדן פאַר זיך אַליין. 22 דאָס האָבּן זיינע עלטערן געזאָגט, מַחמת זיי האָבּן מוֹרא געהאַט פאַר די ייִדן, וואָרים די ייִדן האָבּן שוין געהאַט אָפּגעמאַכט, אַז אויבּ עמיצער וועט אים אָנערקענען פאַר דעם מָשִיחַ, זאָל מען אים אויסשליסן פוּן קָהל. 23 דעריבּער האָבּן זיינע עלטערן געזאָגט: ער איז אַ בַּר־דַעת, פרעגט אים. 24 אוּן זיי האָבּן גערוּפן אַ צווייט מאָל דעם מענטשן, וואָס איז געווען בּלינד, אוּן האָבּן צוּ אים געזאָגט: גיבּ אָף כָּבוד צוּ גאָט; מיר ווייסן, אַז דער דאָזיקער מענטש איז אַ זינדיקער. 25 האָט ער געענטפערט: צי ער איז אַ זינדיקער, ווייס איך ניט; איין זאָך ווייס איך, אַז איך בּין געווען בּלינד, אוּן איצט זע איך. 26 האָבּן זיי דעריבּער צוּ אים געזאגט: וואָס האָט ער דיר געטאָן? וויאַזוי האָט ער געעפנט דיינע אויגן? 27 האָט ער זיי געענטפערט: איך האָבּ עס אייך שוין געזאָגט, אוּן איר האָט ניט געוואָלט הערן; צוּ וואָס ווילט איר דאָס נאָכאַמאָל הערן? צי ווילט איר אויך ווערן זיינע תַּלמידים? 28 אוּן זיי האָבּן אים געזידלט, אוּן געזאָגט: דוּ בּיסט זיין תַּלמיד; מיר אָבּער זענען מׄשהס תַּלמידים. 29 מיר ווייסן, אַז גאָט האָט גערעדט צוּ מׄשהן; נאָר וואָס שַייך דעם דאָזיקן מענטשן, ווייסן מיר ניט פוּנוואַנען ער איז. 30 אוּן דער מענטש האָט געענטפערט: אין דעם איז דאָס חִידוש, וואָס איר ווייסט ניט פוּנוואַנען ער איז, אוּן מיר האָט ער געעפנט מיינע אויגן. 31 מיר ווייסן, אַז גאָט טוּט ניט הערן קיין זינדיקע; נייערט אויבּ איינער איז אַ יָרא־שמַיִם, אוּן טוּט זיין רָצון, דעם דאָזיקן הערט ער. 32 זינט די וועלט שטייט, איז נאָך ניט געהערט געוואָרן, אַז עמיצער זאָל האָבּן געעפנט די אויגן פוּן אַ מענטשן, וואָס איז געבּוירן געוואָרן בּלינד. 33 ווען דער דאָזיקער וואָלט ניט געווען פוּן גאָט, וואָלט ער גאָרניט געקאָנט טאָן. 34 אוּן זיי האָבּן געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: דוּ בּיסט אינגאַנצן געבּוירן געוואָרן אין זינד, אוּן אוּנדז טוּסטוּ לערנען? אוּן זיי האָבּן אים אַרויסגעוואָרפן. 35 אוּן יֵשוּעַ האָט געהערט, אַז זיי האָבּן אים אַרויסגעוואָרפן; אוּן ער האָט אים געפוּנען, אוּן געזאָגט: גלויבּסטוּ אין דעם בֶן־אָדָם? 36 האָט ער געענטפערט, אוּן געזאָגט: אוּן ווער איז ער, האַר, אַז איך זאָל קענען גלויבּן אין אים. 37 האָט יֵשוּעַ צוּ אים געזאָגט: דוּ האָסט אים געזען, אוּן דאָס איז ער, וואָס טוּט רעדן מיט דיר. 38 האָט ער געזאָגט: האַר, איך גלויבּ; אוּן ער האָט זיך געבּוּקט פאַר אים. 39 אוּן יֵשוּעַ האָט געזאָגט: פוּנוועגן מִשפּט בּין איך געקוּמען אין דער דאָזיקער וועלט אַריין, כּדי די, וואָס זעען ניט, זאָלן קענען זען, אוּן כּדי די, וואָס זעען, זאָלן ווערן בּלינד. 40 אוּן עטלעכע פוּן די פּרוּשים, וואָס זענען געווען מיט אים, האָבּן דאָס געהערט, אוּן זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: זענען מיר אויך בּלינד? 41 האָט יֵשוּעַ צוּ זיי געזאָגט: ווען איר וואָלט געווען בּלִנד, וואָלט איר ניט געהאַט קיין זינד; אָבּער איצט זאָגט איר: מיר זעען; דערפאַר בּלייבּט אייער זינד.

10

1 באמת, באמת, איך זאָג אייך, דער, וואָס גייט ניט אַריין דוּרך דער טיר אין דעם שאָפגעהעפט, נייערט קלעטערט אַריין אויף אַן אַנדערן אוֹפן, יענער איז אַ גַנב אוּן אַ גַזלן. 2 אָבּער דער, וואָס גייט אַריין דוּרך דער טיר, איז דער פּאַסטוּך פוּן די שאָף. 3 פאַר אים טוּט עפענען דער טיר־היטער, אוּן די שאָף הערן זיין קוֹל, אוּן ער רוּפט זיינע אייגענע שאָף בּיים נאָמען, אוּן פירט זיי אַרויס. 4 אוּן אַז ער האָט אַרויסגעלאָזן אַלט זיינע אייגענע, גייט ער פאָרויס פאַר זיי, אוּן די שאָף גייען אים נאָך, ווייל זיי קענען זיין קוֹל. 5 אוּן אַ פרעמדן וועלן זיי ניט נאָכגיין, נייערט וועלן פוּן אים אַנטרינען, ווייל זיי קענען ניט דאָס קוֹל פוּן פרעמדע. 6 דאָס דאָזיקע מָשל האָט יֵשוּעַ געזאָגט צוּ זיי, אָבּער זיי האָבּן ניט פאַרשטאַנען, וואָס ער האָט צוּ זיי געזאָגט. 7 יֵשוּעַ האָט דעריבּער נאָכאַמאָל צוּ זיי געזאָגט: באמת, באמת, איך זאָג אייך, איך בּין די טיר פוּן די שאָף. 8 אַלע, וואָס זענען געקוּמען פאַר מיר, זענען גַנָבים אוּן גַזלָנים; אָבּער די שאָף האָבּן זיך צוּ זיי ניט צוּגעהערט. 9 איך בּין די טיר; אויבּ עמיצער וועט דוּרך מיר אַרייַנגיין, וועט ער נִיצול ווערן, אוּן וועט אַרייַנגיין אוּן אַרויסגיין, אוּן געפינען פיטערוּנג. 10 דער גַנב קוּמט נאָר, כּדי ער זאָל גַנבענען, אוּן הַרגענען, אוּן אוּמבּרענגען. איך בּין געקוּמען, כּדי זיי זאָלן האָבּן לעבּן, אוּן עס האָבּן בּשֶפע. 11 איך בּין דער גוּטער פּאַסטוּך. דער גוּטער פּאַסטוּך איז מַקריב זיין לעבּן פאַר די שאָף. 12 דער, וואָס איז אַ געדוּנגענער, וואָס איז ניט קיין פּאַסטוּך, אוּן צוּ וועמען די שאָף געהערן ניט, זעט קוּמען דעם וואָלף, אוּן ער לאָזט איבּער די שאָף אוּן אַנטלויפט; אוּן דער וואָלף כאַפּט זיי, אוּן צעטרייַבּט זיי. 13 ער אַנטלויפט, מַחמת ער איז אַ געדוּנגענער, אוּן דַאגֶהט ניט פאַר די שאָף. 14 איך בּין דער גוּטער פּאַסטוּך: אוּן איך קען מיינע אייגענע, אוּן מיינע אייגענע קענען מיך, 15 פּוּנקט ווי דער פאַטער קענט מיך, אוּן איך קען דעם פאָטער, אוּן איך בּין מַקריב מיין לעבּן פאַר די שאָף. 16 אוּן איך האָבּ נאָך אַנדערע שאָף, וואָס זענען ניט פוּן דעם דאָזיקן געהעפט; אויך זיי מוּז איך בּרענגען, אוּן זיי וועלן הערן מיין קוֹל; אוּן סע וועט ווערן איין סטאַדע, אוּן איין פּאַסטוּך. 17 דעריבּער האָט דער פאָטער מיך ליבּ מַחמת איך בּין מַקריב מיין לעבּן, כּדי איך זאָל עס נעמען נאָכאַמאָל. 18 קיינער נעמט עס בּיי מיר ניט אוועק, נייערט איך בּין עס מַקריב אַליין. איך האָבּ מאַכט עס אַנידערצוּלייגן, אוּן איך האָבּ מאַכט עס ווידעראַמאָל צוּ נעמען. דאָס דאָזיקע געבּאָט האָבּ איך מקַבּל געווען פוּן מיין פאָטער. 19 אוּן סע האָבּן זיך ווידער אויפגעהויבּן חילוּקי־דֵעות צווישן די ייִדן איבּער די דאָזיקע רייד. 20 אוּן אַ סַך פוּן זיי האָבּן געזאָגט: ער האָט אַ בּייזן גייסט, אוּן איז משוּגע; פאַרוואָס הערט איר אים? 21 אַנדערע האָבּן געזאָגט: דאָס זענען ניט די רייד פוּן איינעם, וואָס האָט אַ בּייזן גייסט; קאָן אַ בּייזער גייסט עפענען די אויגן פוּן בּלינדע? 22 אוּן עס איז געווען חַנוּכּה אין ירוּשָלַיִם. 23 אוּן עס איז געווען ווינטער; אוּן יֵשוּעַ איז אַרוּמגעגאַנגען אין בֵּית־הַמִקדש, אין שלמַׄהס פּאָליש. 24 אוּן די ייִדן האָבּן אים אַרוּמגערינגלט, אוּן האָבּ צוּ אים געזאָגט: ווילאַנג וועסטוּ אוּנדז האַלטן אין שפּאַנוּנג? אויבּ דוּ בּיסט דער מָשִיחַ, זאָג עס אוּנדז בּפֵירוש. 25 האָט יֵשוּעַ זיי געענטפערט: איך האָבּ אייך געזאָגט, אוּן איר גלויבּט ניט. די מַעשׂים, וואָס איך טוּ אין מיין פאָטערס נאָמען, זיי זאָגן עֵדות אויף מיר. 26 אָבּער איר גלויבּט ניט, מַחמת איר זענט ניט פוּן מיינע שאָף. 27 מיינע שאָף הערן מיין קוֹל, אוּן איך קען זיי, אוּן זיי גייען מיר נאָך. 28 אוּן איך גיבּ זיי אייבּיק לעבּן, אוּן זיי וועלן קיינמאָל ניט אוּמקוּמען, אוּן קיינער וועט זיי ניט אַרויסרייַסן פוּן מיין האַנט. 29 מיין פאָטער, וואָס האָט זיי מיר געגעבּן, איז גרעסער פוּן אַלע, אוּן קיינער קאָן זיי ניט אַרויסרייַסן פוּן מיין פאָטערס האַנט. 30 איך אוּן דער פאָטער זענען איינס. 31 די ייִדן האָבּן ווידער אויפגעהויבּן שטיינער אים צוּ שטייניקן. 32 אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ זיי געזאָגט: אַ סַך מַעשׂים־טוֹבים האָבּ איך אייך געוויזן פוּן דעם פאָטער; פאַר וועלכע פוּן זיי שטייניקט איר מיך? 33 האָבּן די ייִדן אים געענטפערט: פאַר קיין מַעשׂים־טוֹבים שטייניקן מיר דיך ניט, נייערט פוּנוועגן הִילול־הַשֶם; אוּן מַחמת דוּ, וואָס בּיסט אַ מענטש, מַכסט דיך פאַר גאָט. 34 האָט יֵשוּעַ זיי געענטפערט: שטייט דען ניט געשריבּן אין אייער תּוֹרה: איך האָבּ געזאָגט: איר זענט געטער? 35 בּכֵן, אויבּ ער האָט זיי אָנגערוּפן געטער, צוּ וועמען דאָס וואָרט פוּן גאָט איז געקוּמען (אוּן דאָס, וואָס שטייט געשריבּן, קאָן ניט בָּטל ווערן), 36 זאָגט איר אויף אים, וועמען דער פאָטער האָט געהייליקט אוּן געשיקט אין דער וועלט אַריין: דוּ לעסטערסט, מַחמת איך האָבּ געזאָגט: איך בּין דער בֶן־אֱלהִׄים? 37 אויבּ איך טוּ ניט די מַעשׂים פוּן מיין פאָטער, טאָ גלויבּט מיר ניט; 38 נאָר אויבּ איך טוּ זיי, הַגַם איר גלויבּט מיר ניט, גלויבּט די מַעשׂים, כּדי איר זאָלט וויס ןאוּ ןפאַרשטיין, אַז דער פאָטער איז אין מיר, אוּן איך אין דעם פאָטער. 39 אוּן זיי האָבּן אים גאָכאַמאָל געזוּכט צוּ כאַפּן, נאָר ער איז אַנטרוּנען פוּן זייער האנד. 40 אוּן ער איז ווידער אַוועקגעגאַנגען אין עֵבר־הַיַרדן, אין דעם אָרט, וואוּ יוֹחָנָן האָט אין אָנהייבּ געטובעלט, אוּן ער איז דאָרטן פאַרבּליבּן. 41 אוּן אַ סַך זענען צוּ אים געקוּמען, אוּן האָבּן געזאָגט: יוֹחָנָן האָט ניט געטאָן קיין שוּם נס, אָבּער אַלצדינג, וואָס יוֹחָנָן האָט געזאָגט פוּן דעם דאָזיקן מענטשן, איז געווען אֶמת. 42 אוּן אַ סַך האָבּן אין אים דאָרט געגלויבּט.

11

1 אוּן איינער אַ מענטש איז געווען קראַנק, אֶלעָזָר פוּן בֵּית־הִינִי, פוּן דעם דאָרף פוּן מִריָמען אוּן איר שוועסטער מַרתָּא. 2 אוּן געווען איז דאָס מִריָם, וואָס האָט געזאַלבּט דעם האַר מיטזאַלבּאייֵל, אוּן האָט געווישט זיינע פיס מיט אירע האָר, וועמעס בּרוּדער אֶלעָזָר איז געווען קראַנק. 3 די שוועסטער האָבּן דעריבּער געשיקט צוּ אים, אַזוי צוּ זאָגן: האַר, זע, דער, וועמען דוּ האָסט ליבּ, איז קראַנק. 4 אוּן ווען יֵשוּעַ האָט דאָס געהערט, האָט ער געזאָגט: די דאָזיקע קראַנקהייט איז ניט צוּם טויט, נייערט צוּם כָּבוד פוּן גאָט, כּדי דער בֶן־אֱלהִׄים זאָל דוּרכדעם פאַרהערלעכט ווערן. 5 אוּן יֵשוּעַ האָט ליבּ געהאַט מַרתָּאן אוּן איר שוועסטער אוּן אֶלעָזָרן. 6 אוּן בּשַעת ער האָט געהערט, אַז ער איז קראַנק, איז ער פאַרבּליבּן נאָך צוויי טעג אין דעם אָרט, וואוּ ער איז געווען. 7 דערנאָך ערשט האָט ער געזאָגט צוּ די תַּלמידים: לאָמיר ווידער גיין קיין יהוּדה. 8 זאָגן צוּ אים די תַּלמידים: רֶבּי, אָט ערשט האָבּן די ייִדן דיך גוזוּכט צוּ שטייניקן, אוּן דוּ גייסט ווידער אַהין? 9 האָט יֵשוּעַ געענטפערט: צי האָט ניט דער טאָג צוועלף שָעה? אויבּ מע גייט בּייטאָג, שטרויכלט מע ניט, מַחמת מע זעט דאָס ליכט פוּן דער דאָזיקער וועלט. 10 נאָר אויבּ מע גייט בּיינאַכט, שטרויכלט מע, מַחמת דאָס ליכט איז ניטאָ. 11 אַזוי האָט ער גערעדט, אוּן דערנאכדעם האָט ער צוּ זיי געזאָגט: אוּנדזער פריינט אֶלעָזָר איז אייַנגעשלאָפן; אָבּער איך גיי, כּדי איך זאָל אים אויפוועקן פוּן שלאָף. 12 האָבּן די תַּלמידים צוּ אים געזאָגט: האַר, אויבּ ער איז אייַנגעשלאָפן, וועט ער געזוּנט ווערן. 13 אוּן יֵשוּעַ האָט גערעדט פוּן זיין טויט, אָבּער זיי האָבּן געמיינט, אַז ער רעדט פוּן אָפּרוּען זיך אין שלאָף. 14 דעמאָלט האָט יֵשוּעַ זיי בּפֵירוש געזאָגט: אֶלעָזָר איז געשטאָרבּן; 15 אוּן איך פריי מיך פוּן אייַערטוועגן, וואָס איך בּין דאָרטן ניט געווען, כּדי איר זאָלט גלויבּן; אָבּער לאָמיר גיין צוּ אים. 16 דעמאָלט האָט תּוֹמָא, (וועמען מען האָט גערוּפן: דִידוּמוּס), געזאָגט צוּ זיינע חַבֵרים־תַּלמידים: לאָמיר אויך גיין, כּדי מיר זאָלן שטאַרבּן מיט אים. 17 אוּן אַז יֵשוּעַ איז געקוּמען, האָט ער געפוּנען, אַז ער איז שוין געווען אין קֵבר פיר טעג. 18 אוּן בֵּית־הִינִי איז געווען נאָענט פוּן ירוּשָלַיִם, אַרוּם פוּפצן סטאַדיעס ווייט. 19 אוּן אַ סַך ייִדן זענען געקוּמען צוּ מַרתָּאן אוּן מִריָמען, זיי מנַחֵם־אָבל זיין פוּנוועגן זייער בּרוּדער. 20 אוּן בּעת מַרתָּא האָט געהערט, אַז יֵשוּעַ קוּמט אָן, איז זי אים אַנטקעגנגעגאַנגען; אָבּער מִריָם איז געבּליבּן זיצן אין הויז. 21 אוּן מַרתָּא האָט געזאָגט צוּ יֵשוּעַן: דאַר, ווען דוּ וואָלטסט דאָ געווען, וואָלט מיין בּרוּדער ניט געשטאָרבּן. 22 אוּן אַפילו איצט ווייס איך, אַז וואָס נאָר דוּ וועסט בּעטן בּיי גאָט, וועט דיר גאָט געבּן. 23 זאָגט יֵשוּעַ צוּ איר: דיין בּרוּדער וועט צוּריק אויפשטיין. 24 זאָגט צוּ אים מַרתָּא: איך ווייס, אַז ער וועט ווידער אויפשטיין בּיי תּחִיַת־הַמֵתים אין דעם לעצטן טאָג. 25 האָט יֵשוּעַ צוּ איר געזאָגט: איך בּין די אויפשטייאוּנג, אוּן דאָס לעבּן. דער, וואָס גלויבּט אין מיר, הַגַם ער שטאַרבּט, וועט לעבּן. 26 אוּן ווער סע טוּט לעבּן אוּן גלויבּן אין מיר, וועט קיינמאָל ניט שטאַרבּן. צי גלויבּסטוּ דאָס? 27 זאָגט זי צוּ אים: יאָ האַר; איך גלויבּ, אַז דוּ בּיסט דער מָשִיחַ, דער בֶן־אֱלהִׄים, דער, וואָס דאַרף קוּמען אין דער וועלט אַריין. 28 אוּן אַז זי האָט דאָס געזאָגט, איז זי געגאַנגען אוּן האָט גערוּפן מִריָמען איר שוועסטער, אוּן האָט צוּ איר שטילערהייט געזאָגט: דער רֶבּי איז דאָ, אוּן טוּט דיך רוּפן. 29 אוּן ווי זי האָט דאָס געהערט, האָט זי זיך גיך אויפגעהויבּן, אוּן איז צוּ אים געגאַנגען. 30 אוּן יֵשוּעַ איז נאָך ניט געקוּמען אין דאָרף אַריין, נייערט איז נאָך געווען אין דעם אָרט, וואוּ מַרתָּא האָט אים בּאַגעגנט. 31 אוּן די ייִדן, וואָס זענען געווען מיט איר אין דעם הויז, אוּן האָבּן זי מנַחֵם־אָבל געווען, האָבּן געזען אַז מִריָם האָט זיך גיך אויפגעהויבּן אוּן איז אַרויסגעגאַנגען, זענען זיי איר נאָכגעגאַנגען, ווייל זיי האָבּן געמיינט, אַז זי גייט צוּם קֵבר, כּדי דאָרטן צוּ וויינען. 32 אוּן בּעת מִריָם איז אָנגעקוּמען וואוּ יֵשוּעַ איז געווען, אוּן האָט אים געזען, איז זי אַנידערגעפאַלן צוּ זיינע פיס, אוּן האָט צוּ אים געזאָגט: האַר, אויבּ דוּ וואָלטסט דאָ געווען, וואָלט מיין בּרוּדער ניט געשטאָרבּן. 33 אוּן בּעת יֵשוּעַ האָט זי געזען וויינען, אוּן די ייִדן, וואָס זענען מיט איר געקוּמען, האָבּן אויך געטאָן וויינען, האָט ער געזיפצט אין זיין גייסט, אוּן האָט זיך מצַער געווען, 34 אוּן געזאָגט: וואוּ האָט איר אים ועלייגט? זאָגן זיי צוּ אים: האַר, קוּם אוּן זע. 35 אוּן יֵשוּעַ האָט געוויינט. 36 די ייִדן האָבּן דעריבּער געזאָגט: זעט ווי ער האָט אים ליבּ געהאַט׳ אָבּער טייל פוּן זיי האָבּן געזאָגט: 37 וואָלט ער, וואָס האָט געעפנט די אויגן פוּן דעם בּלינדן, ניט געקאָנט מאַכן, אַז אויך ער זאָל ניט שטאַרבּן? 38 אוּן יֵשוּעַ האָט ווידער אַמאָל געזיפצט אין זיך, אוּן איז געקוּמען צוּם קֵבר; אוּן עס איז געווען אַ הייֵל, אוּן אַ שטיין איז געלעגן אויף איר. 39 אוּן יֵשוּעַ האָט געזאָגט: נעמט אַוועק דעם שטיין. זאָגט צוּ אים מַרתָּא, די שוועסטער פוּן דעם בַּר־מִינָן: האַר, ער שטינקט שוין, וואָרים ער איז שוין טויט פיר טעג. 40 זאָגט צוּ איר יֵשוּעַ: האָבּ איך דיר ניט געזאָגט, אַז אויבּ דוּ וועסט גלויבּן, וועסטוּ זען דעם כָּבוד פוּן גאָט? אוּן זיי האָבּן אַוועקגענוּמען דעם שטיין. 41 אוּן יֵשוּעַ האָט אויפגעהויבּן זיינע אויגן, אוּן האָט געזאָגט: פאָטער, איך דאַנק דיר, וואָס דוּ האָסט מיך געהערט. 42 איך האָבּ געוואוּסט, אַז דוּ הערסט מיך תָּמיד; דאָך צוליב דעם פאָלק, וואָס שטייט אַרוּם, האָבּ איך דאָס געזאָגט, כּדי זיי זאָלן גלויבּן, אַז דוּ האָסט מיך געשיקט. 43 אוּן אַז ער האָט דאָס געזאָגט, האָט ער גערוּפן מיט אַ הויך קוֹל: אֶלעָזָר, קוּם אַרויס. 44 אוּן דער טויטער איז אַרויסגעקוּמען, אַרוּמגעוויקלט הענט אוּן פיס מיט תַּכרִיכים, אוּן זיין פָּנים איז געווען פאַרבּוּנדן מיט אַ טיכל. אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ זיי געזאָגט: בּינדט אים אויף, אוּן לאָזט אים גיין. 45 אוּן אַ סַך פוּן די ייִדן, וואָס זענען געקוּמען צוּ מִריָמען אוּן האָבּן געזען וואָס ער האָט געטאָן, האָבּן געגלויבּט אין אים. 46 אָבּער עטלעכע פוּן זיי זענען אַוועקגעגאַנגען צוּ די פּרוּשים, אוּן האָבּן זיי דערציילט, וואָס יֵשוּעַ האָט געטאָן. 47 די ראָשי־כּׄהַנים אוּן די פּרוּשים האָבּן דעריבּער פאַרזאַמלט דעם סַנהֶדרין, אוּן האָבּן געזאָגט: וואָס זאָלן מיר טאָן? וואָרים דער דאָזיקער מענטש טוּט אַ סַך נִסים. 48 אויבּ מיר לאָזן אים אַזוי, וועלן אַלע גלויבּן אין אים, אוּן די רוימער וועלן קוּמען אוּן אַוועקנעמען אוּנדזער לאַנד אוּן פאָלק. 49 אָבּער איינער פוּן זיי, קַיָפָא, דער כּׄהן־גָדול אין יענעם יאָר, האָט צוּ זיי געזאָגט: איר ווייסט בּחֵרֶם גאָרניט, 50 אוּן איר טוּט אויך ניט בּאַרעכענען, אַז עס איז גלייַכער, אַז איין מענטש זאָל שטאַרבּן פאַר דעם פאָלק, איידער דאָס גאַנצע פאָלק זאָל אוּמקוּמען. 51 אוּן דאָס האָט ער געזאָגט ניט פוּן זיך אַליין, נייערט ווייל ער איז אין יענעם יאָר געווען כּׄהן־גָדול, האָט ער נבִיאות געזאָגט, אַז יֵשוּעַ וועט שטאַרבּן פאַר דעם פאָלק, 52 אוּן ניט נאָר פאַר דעם פאָלק אַליין, נייערט כּדי ער זאָל צוּנויפזאַמלען אינאיינעם די קינדער פוּן גאָט, וואָס זענען צעזייֵט אוּן צעשפּרייֵט. 53 אוּן פוּן יענעם טאָג אָן האָבּן זיי זיך עֵצות געהאַלטן, ווי אים צוּ טייטן. 54 יֵשוּעַ איז דעריבּער מער ניט אַרוּמגעגאַנגען עפנטלעך צווישן די ייִדן, נייערט האָט אָפּגעקערט פוּן דאָרטן אין אַ געגנט נאָענט צוּ דער מִדבּר, אין אַ שטאָט, וואָס האָט געהייסן עֶפרַיִם; אוּן דאָרט איז ער פאַרבּליבּן מיט די תַּלמידים. 55 אוּן עס איז געווען נאָענט פוּן דעם ייִדישן יוֹם־טוֹב פֵּסח, אוּן אַ סַך פוּן דעם לאַנד האָבּן אויף פֵּסח עוֹלה־רֶגל געווען קיין ירוּשָלַיִם, כּדי זיך צוּ הייליקן. 56 אוּן זיי האָבּן געזוּכט יֵשוּעַן, אוּן האָבּן געזאָגט איינער צוּם אַנדערן, בּעת זיי זענען געשטאַנען אין דעם בֵּית־הַמִקדש: ווי רעכנט איר? ער וועט ניט קוּמען אויף יוֹם־טוֹב? 57 אוּן די ראָשי־כּׄהַנים אוּן די פּרוּשים האָבּן אַרויסגעגעבּן אַ בּאַפעל, אַז אויבּ עמיצער ווייסט וואוּ ער איז, זאָל ער עס צוּ וויסן געבּן, כּדי זיי זאָלן אים קענען כאַפּן.

12

1 אוּן זעקס טעג פאַר פֵּסַח איז יֵשוּעַ געקוּמען קיין בֵּית־הִינִי, וואוּ אֶלעָזָר איז געווען, וועמען יֵשוּעַ האָט מחַיֵה־מֵתים געווען. 2 אוּן זיי האָבּן פאַר אים דאָרטן געמאַכט אַ סעוּדה; אוּן מַרתָּא האָט בּאַדינט, אוּן אֶלעָזָר איז געווען איינער פוּן די, וואָס זענען געזעסן מיט אים בּיים טיש. 3 אוּן מִריָם האָט גענוּמען אַ פוּנט זייער טייערן זאַלבּאייֵל פוּן לויטערן נאַרד, אוּן האָט געזאַלבּט די פיס פוּן יֵשוּעַ, אוּן אָפּגעווישט זיינע פיס מיט אירע האָר; אוּן דאָס הויז איז געוואָרן פוּל מיט דעם רֵיחַ פוּן דעם זאַלבּאייֵל. 4 אָבּער יהוּדה אִיש־קרִיוֹת, איינער פוּן זיינע תַּלמידים, וואָס האָט אים געזאָלט איבּערענטפערן, 5 האָט געזאָגט: פאַרוואָס האָט מען דעם דאָזיקן זאַלבּאייֵל ניט פאַרקויפט פאַר דריי הוּנדערט דינָרים, אוּן דאָס געגעבּן צוּ די אָרימעלייט? 6 אוּן דאָס האָט ער געזאָגט, ניט מַחמת ער האָט געדַאגֶהט פאַר די אָרעמעלייט, נייערט ווייל ער איז געווען אַ גַנב, אוּן אַזוֹיווי ער האָט געהאַט דעם בּייטל, פלעגט ער אַרויסנעמען וואָס מען האָט דרינען אַרייַנגעלייגט. 7 יֵשוּעַ האָט דעריבּער געזאָגט: לאָזט זי געמאַך, זאָל זי עס האַלטן פאַר דעם טאָג פוּן מיין קבוּרה. 8 וואָרים די אָרעמעלייט האָט איר תָּמיד מיט זיך, אָבּער מיך האָט איר ניט תָּמיד. 9 אוּן אַ גרויסער עוֹלם ייִדן האָט זיך דערוואוּסט, אַז ער איז דאָרטן; אוּן זיי זענען געקוּמען, ניט נאָר פוּן יֵשוּעַ וועגן, נייערט אויך כּדי צוּ זען אֶלעָזָרן, וועמען ער האָט מחַיֵה־מֵתים געווען. 10 אוּן די ראָשי־כּׄהַנים האָבּן זיך מיַעץ געווען, אַפילו אֶלעָזָרן אויך צוּ טייטן, 11 מַחמת אַ סַך ייִדן זענען פוּן זייַנעטוועגן אַוועקגעגאַנגען, אוּן האָבּן געגלויבּט אין יֵשוּעַן. 12 אויף מאָרגן, בּעת אַ סַך פאָלק, וואָס איז געקוּמען אויף יוֹם־תוֹב, האָט געהערט, אַז יֵשוּעַ קוּמט אָן קיין ירוּשָלַיִם, האָבּן זיי גענוּמען צווייגן פוּן פּאַלמענבּיימער, 13 אוּן זענען אַרויסגעגאַנגען אים מקַבּל־פָּנים זיין, אוּן האָבּן אויסגעשריגן: הוֹשַע־נָא׳ בָּרוּך הַבָּא אין דעם נאָמען פוּן גאָט, מֵלך יֵשׂרָאל׳ אוּן יֵשוּעַ האָט געפוּנען אַ יוּנג אייזל, 14 אוּן האָט זיך אויף אים אַרויפגעזעצט, 15 ווי סע שטייט געשריבּן: האָבּ ניט קיין מוֹרא, טאָכטער פוּן צִיוֹן׳ זע, דיין מֵלך קוּמט, רייטנדיק אויף אַ יוּנגן אייזל. 16 זיינע תַּלמידים האָבּן דאָס לכַתּחִילה ניט פאַרשטאַנען; אָבּער נאָכדעם ווי יֵשוּעַ איז פאַרהערלעכט געוואָרן, אהָבּן זיי זיך דערמאָנט, אַז אַזוי איז וועגן אים געשריבּן געוואָרן, אוּן אַזוי האָבּן זיי אויך צוּ אים געטאָן. 17 אוּן דאָס פאָלק, וואָס איז געווען מיט אים, בּעת ער האָט אֶלעָזָרן אַרויסגערוּפן פוּן דעם קֵבר, אוּן אים מחַיֵה־מֵתים געווען, האָט דערויף עֵדות געזאָגט. 18 אוּן דעריבּער איז אים אויך דאָס פאָלק אַנטקעגנגעגאַנגען, ווייל זיי האָבּן געהערט, אַז ער האָט געטאָן דאָס דאָזיקע נס. 19 די פּרוּשים האָבּן דעריבּער געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: איר זעט, אַז איר קאָנט גאָרניט פּוֹעלן, וואָרים אָט גייט אים די גאָנצע וועלט נאָך. 20 אוּן צווישן יענע, וואָס האָבּן עוֹלה־רֶגל געווען אויף יוֹם־טוֹב תּפִילה צוּ טאָן, זענען אויך געווען עטלעכע גריכן. 21 אוּן די דאָזיקע זענען דעריבּער געקוּמען צוּ פיליפּוּסן, וואָס איז געווען פוּן בֵּית־צַידָה אין גָליל, אוּן האָבּן אים געבּעסן, אַזוי צוּ זאָגן: האַר, מיר וואָלטן וועלן זען יֵשוּעַן. 22 אוּן פיליפּוּס איז געגאַנגען אוּן האָט עס דערציילט אַנדרייַען, אוּן אַנדריי אוּן פיליפּוּס זענען געגאַנגען, אוּן האָבּן עס דערציילט יֵשוּעַן. 23 אוּן יֵשוּעַ האָט זיי געענטפערט: די שָעה האָט גענעענט, אַז דער בֶן־אָדָם זאָל פאַרהערלעכט ווערן. 24 באמת, באמת, איך זאָג אייך, סיידן דער קערן ווייץ פאַלט אין דער ערד אַריין אוּן שטאַרבּט, פאַרבּלייַבּט ער פאַר זיך אַליין: נאָר אויבּ ער שטאַרבּט, טראָגט ער אַ סַך פֵּירות. 25 דער, וואָס האָט ליבּ זיין לעבּן, פאַרלירט עס; אוּן דער, וואָס האָט פיינט זיין לעבּן אין דער דאָזיקער וועלט, וועט עס בּאַוואָרענען צוּם אייבּיקן לעבּן. 26 אויבּ עמיצער דינט מיר, לאָז ער מיר נאָכגיין; אוּן וואוּ איך בּין, דאָרט וועט אויך זיין מיין בּאַדינער. אויבּ עמיצער דינט מיר, וועט אים דער פאָטער אָנטאָן כָּבוד. 27 איצט איז מיין נשָמה זיך מצַער; אוּן וואָס זאָל איך זאָגן? פאַטער, זיי מיך מַציל פוּן דער דאָזיקער שָעה? ניין, צוּליבּ דער דאָזיקער סִיבּה בּין איך געקוּמען צוּ אָט־דער שָעה. פאָטער, אַכפּער דיין נאָמען. 28 אוּן עס איז געקוּמען אַ קוֹל פוּן הימל אַרויס: איך האָבּ אים געאַכפּערט, אוּן וועל אים ווידער אַמאָל אַכפּערן. 29 אוּן דאָס פאָלק, וואָס איז דערבּיי געשטאַנען אוּן האָט עס געהערט, האָט געזאָגט, אַז עס האָט געדוּנערט; אַנדערע האָבּן געזאָגט: אַ מַלאך האָט גערעדט צוּ אים. 30 אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט, אוּן געזאָגט: דאָס דאָזיקע קוֹל איז ניט געקוּמען צוליב מיר, נייערט צוליב אייך. 31 איצט איז דער מִשפּט איבּער דער דאָזיקער וועלט; איצט וועט דער שַׂר פוּן דער דאָזיקער וועלט אַרויסגעוואָרפן ווערן. 32 אוּן איך, בּעת איך וועל אויפגעהויבּן ווערן פוּן דער ערד, וועל איך צוּציען צוּ מיר אַלע מענטשן. 33 דאָס האָט ער געזאָגט, כּדי מרַמז צוּ זיין, מיט וואָסער מִין טויט ער וועט שטאַרבּן. 34 דאָס פאָלק האָט אים דעריבּער געענטפערט: מיר האָבּן געהערט פוּן דער תּוֹרה, אַז דער מָשִיחַ בּאַשטייט אויף אייבּיק; אוּן וויאַזוי זאָגסטוּ: דער בֶן־אָדָם מוּז אויפגעהויבּן ווערן? ווער איז דאָס דער דאָזיקער בֶן־אָדָם? 35 האָט יֵשוּעַ צוּ זיי געזאָגט: נאָך אַ קליינע וויילע איז דאָס ליכט צווישן אייך. גייט, כָּל־זמַר איר האָט דאָס ליכט, כּדי די פינצטערניש זאָל אייך ניט בּאַפאַלן; אוּן דער, וואָס גייט אין דער פינצטערניש, ווייסט ניט וואוּהין ער גייט. 36 כָּל־זמַן איר האָט דאָס ליכט, גלויבּט אין דעם ליכט, כּדי איר זאָלט ווערן קינדער פוּן ליכט. בּעת יֵשוּעַ האָט דאָס געזאָגט, איז ער אַועקגעגאַנגען, אוּן האָט זיך פאַרבּאָרגן פוּן זיי. 37 אָבּער כאָטש ער האָט געטאָן אַזויפיל נִסים פאַר זייערע אויגן, האָבּן זיי דאָך ניט געגלויבּט אין אים, כּדי דאָס וואָרט פוּן ישַעיָה הַנָביא זאָל מקוּים ווערן, 38 וואָס ער האָט געזאָגט: האַר, ווער האָט געגלויבּט אוּנדזער הערוּנג? אוּן פאַר וועמען איז דער אָרעם פוּן גאָט אַנטפּלעקט געוואָרן? 39 צוּליבּ דעם האָבּן זיי ניט געקאָנט גלויבּן, וואָרים ישַעיָה האָט ווידער געזאָגט: ער האָט געמאַכט בּלינד זייערע אויגן, 40 אוּן פאַרהאַרטעוועט זייער האַרץ, טאָמער וועלן זיי זען מיט זייערע אויגן, אוּן בּאַנעמען מיט זייער האַרץ, אוּן תּשוּבה טאָן, אוּן איך זאָל זיי היילן. 41 אָט־דאָס האָט ישַעיָה געזאָגט, מַחמת ער האָט געזען זיין כָּבוד, אוּן ער האָט גערעדט וועגן אים. 42 פוּנדעסטוועגן האָבּן אַ סַך פוּן די שָׂרים געגלויבּט אין אים, אָבּער צוּליבּ די פּרוּשים האָבּן זיי דאָס ניט מוֹדה געווען, כּדי זיי זאָלן ניט אריינגעלייגט ווערן אין חֶרם; 43 וואָרים זיי האָבּן ליבּ געהאַט דעם כָּבוד פוּן מענטשן מערער, ווי דעם כָּבוד פוּן גאָט. 44 אוּן יֵשוּעַ האָט אויסגערוּפן, אוּן געזאָגט: דער, וואָס גלויבּט אין מיר, גלויבּט ניט אין מיר, נייערט אין דעם, וואָס האָט מיך געשיקט. 45 אוּן דער, וואָס זעט מיך, זעט דעם, וואָס האָט מיך געשיקט. 46 איך בּין געקוּמען פאַר אַ ליכט אין דער וועלט אַריין, כּדי דער, וואָס גלויבּט אין מיר, זאָל ניט בּלייַבּן אין דער פינצטערניש. 47 אוּן אויבּ עמיצער הערט מיינע רייד, אוּן היט זיי ניט, מִשפּט איך אים ניט; וואָרים איך בּין געקוּמען ניט צוּ מִשפּטן די וועלט, נייערט מַציל צוּ איין די וועלט. 48 דער, וואָס פאַרוואַרפט מיך אוּן איז ניט מקַבּל מיינע רייד, האָט איינעם, וואָס טוּט אים מִשפּטן; דאָס וואָרט, וואָס איך האָבּ גערעדט, דאָס דאָזיקע וועט אים מִשפּטן אין דעם לעצטן טאָג. 49 וואָרים איך האָבּ גערעדט ניט פוּן מיר אַליין, נייערט דער פאָטער, וואָס האָט מיך געשיקט, האָט מיר געגעבּן אַ געבּאָט, וואָס איך זאָל זאָגן, אוּן וואָס איך זאָל רעדן. 50 אוּן איך ווייס, אַז זיין געבּאָט איז אייבּיק לעבּן. דעריבּער, די רייד, וואָס איך רעד, רעד איך אַזוֹיווי דער פאָטער האָט מיר געבּאָטן.

13

1 אוּן פאַר דעם יוֹם־טוֹב פֵּסח האָט יֵשוּעַ געוואוּסט, אַז זיין שָעה איז געקוּמען, אַז ער זאָל אַוועקגיין פוּן דעם עולם־הזה צוּם פאָטער; אוּן ער, וואָס האָט ליבּ געהאַט זיינע אייגענע אין דער וועלט, האָט זיי ליבּ געהאַט בּיז צוּם סוֹף. 2 אוּן בּשַעת דער סעוּדה, ווען דער שָׂטן האָט שוין אַרייַנגעגעבּן אין האַרצן אַריין פוּן יהוּדה בֶן־שִמעוֹן אִיש־קרִיוֹת, אים איבּערצוּענטפערן, 3 הַגַם יֵשוּעַ האָט געוואוּסט, אַז דער פאָטער האָט אים איבּערגעגעבּן אַלצדינג אין זיינע הענט אַריין, 4 אוּן אַז ער איז געקוּמען פוּן גאָט, אוּן גייט צוּ גאָט, איז ער אויפגעשטאַנען פוּן טיש, אוּן האָט אויסגעטאָן זיינע מַלבּוּשים, אוּן האָט גענוּמען אַ האַנטוּך אוּן האָט זיך אַרוּמגעגאַרטלט. 5 דערנאָך האָט ער אַרייַנגעגאָסן וואַסער אין דעם בּעקן, אוּן האָט אָנגעהויבּן צוּ וואַשן די פיס פוּן די תַּלמידים, אוּן זיי אָפּצוּאווישן מיט דעם האַנטוּך, מיט וועלכן ער איז געווען אַרוּמגעגאַרטלט. 6 אוּן ער איז געקוּמען צוּ שִמעוֹן פּעטרוּסן; זאָגט ער צוּ אים: האַר, דוּ טוּסט וואַשן מיינע פיס? 7 אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט: וואָס איך טוּ, פאַרשטייסטוּ ניט אַצינדערט, אָבּער שפּעטער וועסטוּ פאַרשטיין. 8 אוּן פּעטרוּס האָט צוּ אים געזאָגט: דוּ זאָלסט מיר קיינמאָל ניט וואַשן מיינע פיס. האָט יֵשוּעַ אים געענטפערט: אויבּ איך וואַש דיך ניט, האָסטוּ ניט מיט מיר קיין חֵלֶק. 9 זאָגט צוּ אים שִמעוֹן פּעטרוּס: האַר, ניט נאָר מיינע פיס, 10 נייערט אויך מיינע הענט אוּן מיין קאָף׳ אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ אים געזאָגט: דער, וואָס האָט זיך געבּאָדן, נייטיקט זיך ניט צוּ וואַשן, אַחוּץ זיינע פיס, מַחמת ער איז אינגאַנצן ריין. אוּן איר זענט ריין, אָבּער ניט אַלע. 11 וואָרים ער האָט געוואוּסט, ווער סע האָט אים געזאָלט איבּערענטפערן; דעריבּער האָט ער געזאָגט: איר זענט ניט אַלע ריין. 12 אוּן נאָכדעם ווי ער האָט געוואַשן זייערעפיס, אוּן אָנגעטאָן זיינע מַלבּוּשים, האָט ער זיך ווידער אַנידערגעזעצט, אוּן צוּ זיי געזאָגט: פאַרשטייט איר, וואָס איך האָבּ צוּ אייך געטאָן? 13 איר רוּפט מיך רֶבּי אוּן האַר; אוּן איר האָט רעכט, וואָרים איך בּין דאָס. 14 בּכֵן, אויבּ איך, אייער האַר אוּן רֶבּי, האָבּ געוואַשן אייערע פיס, זענט איר אויך מחוּיב צוּ וואַשן איינער דעם אַנדערנס פיס. 15 וואָרים איך האָבּ אייך געגעבּן אַ בּייַשפּיל, כּדי איר זאָלט טאָן, ווי איך האָבּ צוּ אייך געטאָן. 16 באמת, באמת, איך זאָג אייך, אַ קנעכט איז ניט גרעסער פוּן זיין האַר; אויך איז אַ שלִיחַ ניט גרעסער פוּן דעם, וואָס האָט אים געשיקט. 17 אויבּ איר ווייסט די דאָזיקע זאַכן, איז וואויל אייך, אויבּ איר טוּט זיי. 18 איך רעד ניט פוּן אייך אַלע; איך ווייס וועמען איך האָבּ אויסדערוויילט; נאָר כּדי דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן: דער, וואָס עסט מיין בּרויט, האָט אויפגעהויבּן קעגן מיר זיין טריט. 19 איך זאָג עס אייך איצט, איידער סע געשעט, כּדי ווען סע וועט געשען, זאָלט איר גלויבּן, אַז איך בּין עס. 20 באמת, באמת, איך זאָג אייך, דער, וואָס איז מקַבּל וועמען איך שיק, איז מיך מקַבּל: אוּן דער, וואָס איז מיך מקַבּל, איז מקַבּל דעם, וואָס האָט מיך געשיקט. 21 בּעת יֵשוּעַ האָט דאָס געזאְגט: האָט ער זיך מצַער געווען אין דעם גייסט, אוּן האָט עֵדות געזאָגט: באמת, באמת, איך זאָג אייך, אַז איינער פוּן אייך וועט מיך פאַרראָטן. 22 די תַּלמידים האָבּן געקוּקט איינער אויף דעם אַנדערן, אוּן זענען געווען ניט זיכער פוּן וועמען ער האָט גערעדט. 23 אוּן בּיים טיש האָט זיך איינער פוּן זיינע תַּלמידים, וועמען יֵשוּעַ האָט ליבּ געהאַט, אָנגעלענט אויף יֵשוּעַס בּרוּסט. 24 אוּן שִמעוֹן פּעטרוּס האָט צוּ אים אַ וואוּנק געטאָן, אוּן געזאָגט: זאְג אוּנדז, ווער איז עס, פוּן וועמען ער רעדט דאָס. 25 אוּן בּעת ער איז אַזוי געליגן אָנגעלענט אויף יֵשוּעַס בּרוּסט, האָט ער צּו אים געאָגט: האַר, ווער איז עס? 26 האָט יֵשוּעַ געענטפערט: דאָס איז דער, פאַר וועמען איך וועל אייַנטוּנקען דעם בּיסן, אוּן דאָס אים געבּן. אוּן אַז ער האָט אייַנגעטוּנקען דעם בּיסן, האָט ער אים גענוּמען אוּן געגעבּן צוּ יהוּדה בֶן־שִמעוֹן אִיש־קרִיוֹת. 27 אוּן נאָך דעם בּיסן, איז דער שָׂטן אין אים אַריין, אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ אים געזאָגט: וואָס דוּ טוּסט, טוּ געשווינד. 28 אוּן קיינער בּיים טיש האָט ניט פאַרשטאַנען, פאַרוואָס ער האָט דאָס צוּ אים געזאָגט. 29 וואָרים עטלעכע האָבּן געמיינט, אַז אַזוי ווי יהוּדה האָט געהאַט דעם בּייטל, האָט יֵשוּעַ צוּ אים געזאָגט: קויף איין וואָס מיר האָבּן נייטיק אויף יוֹם־טוֹב; אָדער, אַז ער זאָל עפּעס געבּן די אָרעמעלייט. 30 אוּן נאָכדעם ווי ער האָט גענוּמען דעם בּיסן, איז ער תֵּיכּף אַרויסגעגאַנגען; אוּן עס איז געווען נאַכט. 31 אוּן בּעת ער איז אַרויסגעגאַנגען, האָט יֵשוּעַ געאָגט: איצט איז דער בֶן־אָדָם געאַכפּערט, אוּן גאָט איז געאַכפּערט אין אים. 32 אוּן אויבּ גאָט איז געאַכפּערט אין אים, וועט אים אויך גאָט אַכפּערן אין זיך, אוּן טאַקע תֵּיכּף וועט ער אים אַכפּערן. 33 קינדער מיינע, נאָך אַבּיסל בּין איך מיט אייך. איר וועט מיך זוּכן; אוּן ווי איך האָבּ געזאָגט צוּ די ייִדן, אַזוי זאָג איך אייך איצט: וואוּהין איך גיי, קענט איר ניט קוּמען. 34 אַ נייע מצווה גיבּ איך אייך, אַז איר זאָלט ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן; אַזוֹיווי איך האָבּ אייך ליבּ געהאַט, אַזוי זאָלט איר אויך ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן. 35 דוּרך דעם וועלן אַלע דערקענען, אַז איר זענט מיינע תַּלמידים, אויבּ איר וועט האָבּן ליבע איינער צוּ דעם אַנדערן. 36 זאָגט צוּ אים שִמעוֹן פּעטרוּס: האַר, וואוּהין גייסטוּ? אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט: וואוּהין איך גיי, קענסטוּ מיר ניט נאָכגיין אַצינד; אָבּער שפּעטער־צוּ וועסטוּ נאָכגיין. 37 זאָגט צוּ אים פּעטרוּס: האַר, פאַרוואָס קאָן איך דיר איצט ניט נאָכגיין? איך וועל מיין לעבּן פאַר דיר אַוועקלייגן. 38 האָט יֵשוּעַ געענטפערט: דיין לעבּן ווילסטוּ פאַר מיר אַוועקלייגן? באמת, באמת, איך זאָג דיר: נאָך איידער דער האָן וועט קרייֵען, וועסטוּ מיך דריי מאָל פאַרלייקענען.

14

1 זאָל זיך אייער האַרץ ניט מצַער זיין; גלאיבּט אין גאָט, אוּן גלויבּט אויך אין מיר. 2 אוּן מיין פאָטערס הויז זענען פאַראַן אַ סַך וואוינוּנגען; אויבּ סע וואָלט אַזוי ניט געווען, וואָלט איך עס אייך געווען געזאָגט; וואָרים איך גיי אָנבּרייטן פאַר אייך אַן אָרט. 3 אוּן בּעת איך וועל גיין אוּן אָנבּרייטן אַן אָרט פאַר אייך, וועל איך ווידער קוּמען, אוּן אייך נעמען צוּ מיר, כּדי וואוּ איך בּין, זאָלט איר אויך זיין. 4 אוּן וואוּהין איך גיי, ווייסט איר, אוּן איר קענט דעם וועג. 5 זאָגט צוּ אים תּוֹמָא: האַר, מיר ווייסן ניט וואוּהין דוּ גייסט; וויאַזוי זאָלן מיר וויסן דעם וועג? 6 זאָגט צוּ אים יֵשוּעַ: איך בּין דער וועג, אוּן דער אֶמת, אוּן דאָס לעבּן; קיינער קוּמט ניט צוּ דעם פאָטער, סיידן דוּרך מיר. 7 אויבּ איר וואָלט מיך געקענט, וואָלט איר אויך געקענט מיין פאַטער; פוּן איצט אָן קענט איר אים, אוּן האָט אים געזען. 8 זאָגט צוּ אים פיליפּוּס: האַר, ווייז אוּנדז דעם פאַטער, אוּן עס וועט זיין פאַר אוּנדז גענוּג. 9 זאָגט צוּ אים יֵשוּעַ: אַזאַ לאַנגע צייט בּין איך געווען מיט אייך, אוּן דוּ, פיליפּוּס, קענסט מיך ניט? דער, וואָס האָט מיך געזען, האָט געזען דעם פאָטער; וויאַזוי קענטסוּ זאָגן: ווייז אוּנדז דעם פאָטער? 10 צי גלויבּסטוּ ניט, אַז איך בּין אין דעם פאָטער, אוּן דער פאָטער איז אין מיר? די רייד, וואָס איך זאָג אייך, רעד איך ניט פוּן מיר אַליין; נייערט דער פאָטער, וואָס וואוינט אין מיר, טוּט זיינע מַעשׂים. 11 גלויבּט מיר, אַז איך בּין אין דעם פאָטער, אוּן דער פאָטער איז אין מיר; אויבּ ניט סאָ גלויבּט מיר צוּליבּ די מַעשׂים אַליין. 12 באמת,באמת, איך זאָג אייך, דער, וואָס גלויבּט אין מיר, וועט אויך טאָן די מַעשׂים, וואָס איך טוּ. אוּן גרעסערע מַעשׂים ווי די דאָזיקע וועט ער טאָן, מַחמת איך גיי צוּ דעם פאָטער. 13 אוּן וואָס איר וועט בּעטן אין מיין נאָמען, דאָס וועל איך טאָן, כּדי דער פאָטער זאָל געאַכפּערט ווערן אין דעם זוּן. 14 אויבּ איר וועט מיך עפּעס בּעטן אין מיין נאָמען, וועל איך עס טאָן. 15 אויבּ איר האָט מיך ליבּ וועט איר אָפּהיטן מיינע מִצוות. 16 אוּן איך וועל בּעטן דעם פאָטער, אוּן ער וועט אייך געבּן אַן אַנדערן טרייסטער, כּדי ער זאָל זיין מיט אייך אויף אייבּיק, 17 טאַקע דעם גייסט פוּן אֶמת, וועמען די וועלט קען ניט מַשׂיג זיין, וואָרים זי זעט אים ניט, אוּן קען אים אויך ניט. איר קענט אים; וואָרים ער רוּט בּיי אייך, אוּן וועט זיין אין אייך. 18 איך וועל אייך ניט לאָזן יתוֹמים; איך וועל קוּמען צוּ אייך. 19 נאָך אַ קליינע וויילע, אוּן די וועלט וועט מיך מער ניט זען, איר אָבּער וועט מיך זען; מַחמת איך לעבּ, וועט איר אויך לעבּן. 20 אין יענעם טאָג וועט איר וויסן, אַז איך בּין אין מיין פאָטער, אוּן איר זענט אין מיר, אוּן איך בין אין אייך. 21 דער, וואָס האָט מיינע מִצוות, אוּן האלט זיי, דער איז עס, וואָס האָט מיך ליבּ; אוּן דער, וואָס האָט מיך ליבּ, וועט זיין געליבּט פוּן מיין פאָטער, אוּן איך וועל אים ליבּ האָבּן אוּן וועל מיך צוּ אים אַנטפּלעקן. 22 זאָגט צוּ אים יהוּדה (ניט אִיש־קרִיוֹת): האַר, ווי קוּמט עס, וואָס דוּ וועסט דיך אַנטפּלעקן צוּ אוּנדז, אוּן ניט צוּ דער וועלט? 23 האָט יֵשוּעַ געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: אויבּ עמיצער האָט מיך ליבּ, וועט ער האַלטן מיין וואָריט, אוּן מיין פאָטער וועט אים ליבּ האָבּן, אוּן מיר וועלן קוּמען צוּ אים, אוּן מאַכן בּיי אים אוּנדזער וואוינוּנג. 24 דער, וואָס האָט מיך ניט ליבּ, האלט ניט מיינע ווערטער; אוּן דאָס וואָרט, וואָס איר הערט, איז ניט מיינס, נייערט דעם פאָטערס, וואָס האָט מיך געשיקט. 25 דאָס האָבּ איך אייך געזאָגט, כָּל־זמַן איך בּין נאָך מיט אייך. 26 אָבּער דער טרייסטער, דער רוּחַ־הַקוֹדֶש, וועמען דער פאָטער וועט שיקן אין מיין נאָמען, ער וועט אייך לערנען אַלצדינג, אוּן אייך דערמאָנען אין אַלץ, וואָס איך האָבּ אייך געזאָגט. 27 שָלום לאָז איך איבּער מיט אייך; מיין שָלום גיבּ איך אייך; ניט ווי סע גיט די וועלט, גיבּ איך אייך. זאָל זיך אייער האַרץ ניט מצַער זיין, אוּן זאָל עס אויך ניט מוֹרא האָבּן איר האָט געהערט, 28 ווי איך האָבּ אייך געזאָגט: איך גיי אַוועק, אוּן איך וועל קוּמען צוּ אייך. אויבּ איר וואָלט מיך ליבּ געהאַט, וואָלט איר אייך געפרייט, מַחמת איך גיי צוּ דעם פאָטער; וואָרים דער פאָטער איז גרעסער פוּן מיר. 29 אוּן איצט האָבּ איך עס אייך געזאָגט, איידער סע געשעט, כּדי, וועןסע וועט געשען, זאָלט איר גלויבּן. 30 איך וועל מער ניט רעדן מיט אייך קיין סַך: וואָרים דער שַׂר פוּן דער וועלט קוּמט אָן. 31 אוּן ער האָט גאָרניט אין מיר; נאָר כּדי די וועלט זאָל וויסן, אַז איך האָבּ ליבּ דעם פאָטער, אוּן ווי דער פאָטער האָט מיר געבּאָטן, אַזוי טוּ איך. שטייט אויף, אוּן לאָמיר גיין פוּנדאַנען.

15

1 איך בּין דער אֶמֶתער ווייַנשטאָק, אוּן מיין פאָטער איז דער ווייַנגערטנער. 2 יעדן צווייג אין מיר, וואָס טראָגט ניט קיין פֵּירות, נעמט ער אַוועק; אוּן יעדן, וואָס טראָגט פֵּירות, רייניקט ער, כּדי ער זאָל טראָגן מער פֵּירות. 3 איר זענט שוין ריין, דוּרך דעם וואָרט, וואָס איך האָבּ צוּ אייך גערעדט. 4 בּלייבּט אין מיר, אוּן איך אין אייך. אַזוֹיווי דער צווייג קאָן ניט טראָגן קיין פֵּירות פוּן זיך אַליין, סיידן ער בּלייבּט אין דעם ווייַנשטאָק, אַזוי קענט איר אויך ניט, סיידן איר בּלייבּט אין מיר. 5 איך בּין דער ווייַנשטאָק, איר זענט די צווייגן. דער, וואָס בּלייבּט אין מיר, אוּן איך אין אים, טראָגט אַ סַך פֵּירות; וואָרים אָן מיר קאָנט איר גאָרניט טאָן. 6 אויבּ עמיצער בּלייבּט ניט אין מיר, ווערט ער אַרויסגעוואָרפן ווי אַ צווייג, אוּן פאַרדאַרט; אוּן מען זאַמלט זיי איין אוּן מען וואַרפט זיי אין פייער אַריין, אוּן זיי ווערן פאַרבּרענט. 7 אויבּ איר בּלייבּט אין מיר, אוּן מיינע רייד בּלייבּן אין אייך, מעגט איר בּעטן וואָס איר ווילט, אוּן סע וועט אייך געטאָן ווערן. 8 אין דעם איז מיין פאָטער געאַכפּערט, אַז איר זאָלט טראָגן אַ סַך פֵּירות, אוּן זיין מיינע תַּלמידים. 9 אַזוֹיווי דער פאָטער האָט מיך ליבּ געהאַט, אַזוי האָבּ איך אייך ליבּ געהאַט; בּלייבּט אין מיין ליבּע. 10 אויבּ איר וועט האַלטן מיינע מִצוות, וועט איר בּלייבּן אין מיין ליבּע, פּוּנקט ווי איך האָבּ געהאַלטן מין פאָטערס מִצוות, אוּן בּלייבּ אין זיין ליבּע. 11 דאָס האָבּ איך צוּ אייך גערעדט, כּדי מיין שִׂמחה זאָל זיין אין אייך, אוּן אייער שִׂמחה זאָל ווערן פוּל. 12 דאָס דאָזיקע איז מיין געבּאָט, אַז איר זאָלט ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן, אַזוֹיווי איך האָבּ אייך ליבּ געהאַט. 13 קיין גרעסערע ליבּע האָט ניט קיין מענטש ווי די דאָזיקע, וואָס אַ מענטש איז מַקריב זיין לעבּן פאַר זיינע פריינט. 14 איר זענט מיינע פריינט, אויבּ איר טוּט דאָס, וואָס איך בּאַפעל אייך. 15 איך טוּ אייך מער ניט רוּפן קיין קנעכט; וואָרים דער קנעכט ווייסט ניט וואָס זיין האַר טוּט; נייערט איך האָבּ אייך גערוּפן פריינט, וואָרים אַלצדינג, וואָס איך האָבּ געהערט פוּן מיין פאַטער, האָבּ איך אייך געגעבּן צוּ וויסן. 16 ניט איר האָט מיך אויסדערוויילט, נייערט איך האָבּ אייך אויסדערוויילט, אוּן האָבּ אייך בּאַשטימט, אַז איר זאָלט גיין אוּן טראָגן פֵּירות, אוּן אַז אייערע פֵּירות זאָלן פאַרבּלייַבּן; כּדי וואָס איר וועט בּעטן דעם פאָטער אין מיין נאָמען, זאָל ער אייך געבּן. 17 דאָס בּאַפעל איך אייך, כּדי איר זאָלט ליבּ האָבּן איינער דעם אַנדערן. 18 אויבּ די וועלט האָט אייך פיינט, טאָ ווייסט, אַז זי האָט מיך פיינט געהאַט, איידער זי האָט אייך פיינט געהאַט. 19 ווען איר וואָלט געווען פוּן דער וועלט, וואָלט די וועלט ליבּ געהאַט דאָס איריקע; נאָר אַזוי ווי איר זענט ניט פוּן דער וועלט, נייערט איך האָבּ אייך אויסדערוויילט פוּן דער וועלט, דערפאַר האָט אייך די וועלט פיינט. 20 געדענקט דאָס וואָרט, וואָס איך האָבּ אייך געזאָגט: אַ קנעכט איז ניט גרעסער פוּן זיין האַר. אויבּ זיי האָבּן מיך גערוֹדֶפט, וועלן זיי אייך אויך רוֹדֶפן; אויבּ זיי האָבּן געהאַלטן מיין וואָרט, וועלן זיי אויך אייערס האַלטן. 21 אָבּער דאָס אַלץ וועלן זיי אייך טאָן פוּן מיין נאָמענוועגן, מַחמת זיי קענען ניט דעם, וואָס האָט מיך געשיקט. 22 אויבּ איך וואָלט ניט געקוּמען אוּן גערעדט צוּ זיי, וואָלטן זיי ניט געווען געהאַט קיין זינד; איצט אָבּער האָבּן זיי ניט קיין שוּם אַנטשוּלדיגוּנג פאַר זייער זינד. 23 דער, וואָס האָט מיך פיינט, האָט אויך פיינט מיין פאָטער. 24 ווען איך וואָלט ניט געווען געטאָן צווישן זיי די מַעשׂים, וואָס קיין שוּם אַנדערער האָט ניט געטאָן, וואָלטן זיי ניט געווען געהאַט קיין זינד; אָבּער איצט האָבּן זיי געזען, אוּן האָבּן פיינט געהאַט סיי מיך אוּן סיי מיין פאָטער. 25 נאָר סע זאָל מקוּים ווערן דאָס וואַרט, וואָס שטייט געשריבּן אין זייער תּוֹרה: זיי האָבּן מיך אומזיסט געהאַסט. 26 אָבּער בּעת דער טרייסטער וועט קוּמען, וועמען איך וועל שיקן צוּ אייך פוּן דעם פאָטער, דעם גייסט פוּן אֶמת, וואָס קוּמט פוּן דעם פאָטער, וועט ער עֵדות זאָגן פוּנוועגן מיר. 27 אוּן אויך איר זענט עֵדות, מַחמת איר זענט געווען מיט מיר פוּן אָנהייבּ אָן.

16

1 דאָס האָבּ איך צוּ אייך גערעדט, כּדי איר זאָלט ניט געבּראַכט ווערן צוּ קיין מִיכשול. 2 זיי וועלן אייך אזיסשליסן פוּן קָהל: יאָ, סע קוּמט אָן די שָעה, ווען יעדער איינער, וואָס וועט אייך הַרגענען, וועט מיינען, אַז ער דינט גאָט דערמיט. 3 אוּן דאָס וועלן זיי טאָן, מַחמת זיי האָבּן ניט געקענט דעם פאָטער, אוּן ניט מיך. 4 אוּן דאָס האָבּ איך גערעדט צוּ אייך, כּדי, ווען זייער שָעה וועט קוּמען, זאָלט איר געדענקען, אַז איך האָבּ אייך דאָס געזאָגט. אין אָנהייבּ האָבּ איך עס אייך ניט געזאָגט, מַחמת איך בּין געווען מיט אייך. 5 אָבּער איצט גיי איך צוּ אים, וואָס האָט מיך געשיקט; אוּן קיינער פוּן אייך פרעגט מיך ניט: וואוּהין גייסטוּ? 6 אָבּער ווייל איך האָבּ דאָס גערעדט צוּ אייך, האָט צַער אָנגעפילט אייער האַרץ. 7 איך זאָג אייך אָבּער דעם אֶמת, עס איז גוּט פאַר אייך, אַז איך גיי אַוויק; וואָרים אויבּ איך גיי ניט אַוועק, וועט דער טרייסטער ניט קוּמען צוּ אייך; נאָר אויבּ איך גיי, וועל איך אים שיקן צוּ אייך. 8 אוּן אַז ער וועט קוּמען, וועט ער איבּערצייגן די וועלט וועגן זינד, אוּן וועגן צדקה, אוּן וועגן מִשפּט: 9 וועגן זינד, מַחמת זיי גלויבּן ניט אין מיר; 10 וועגן צדקה, מַחמת איך גיי צוּ דעם פאָטער, אוּן איר וועט מיך מער ניט זען; 11 וועגן מִשפּט, מַחמת דער שַׂר פוּן דער דאָזיקער וועלט איז געמִשפּט געוואָרן. 12 איך האָבּ אייך נאָך אַ סַך זאַכן צוּ זאָגן, נאָר איר קענט זיי איצט ניט פאַרטראָגן. 13 אָבּער בּעת דער גייסט פוּן אֶמת וועט קוּמען, וועט ער אייך אַרייַנפירן אין דעם גאַנצן אֶמת; וואָרים ער וועט ניט רעדן פוּן זיך אַליין, נייערט וואָס ער וועט הערן, וועט ער רעדן; אוּן ער וועט אייך אָנזאָגן דאָס, וואָס דאַרף ערשט קוּמען. 14 ער וועט מיך פאַרהערלעכן, ווייל ער וועט נעמען פוּן מיינעם, אוּן וועט עס אייך דערקלערן. 15 אַלצדינג, וואָס דער פאָטער האָט, איז מיינס; דעריבּער האָבּ איך געזאָגט, אַז ער וועט נעמען פוּן דעם, וואָס איז מיין, אוּן וועט עס אייך דערקלערן. 16 נאָך אַ קליינע וויילע, אוּן איר זעט מיך ניט מער; אוּן ווידער אַ קליינע וויילע, אוּן איר וועט מיך זען. 17 האָבּן עטלעכע פוּן זיינע תַּלמידים געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: וואָס איז דאָס, וואָס ער זאָגט צוּ אוּנדז: נאָך אַ קליינע וויילע, אוּן איר זעט מיך ניט; אוּן ווידער אַ קליינע וויילע, אוּן איר וועט מיך זען? 18 אוּן: איך גיי צוּ דעם פאָטער? זיי האָבּן דעריבּער געזאָגט: וואָס איז דאָס, וואָס ער זאָגט: אַ קליינע וויילע? מיר פאַרשטייען ניט, וואָס ער זאָגט. 19 יֵשוּעַ האָט בּאַמערקט, אַז זיי ווילן אים עפּעס פרעגן, אוּן ער האָט צוּ זיי געזאָגט: פאָרשט איר צווישן זיך וועגן דעם, וואָס איך האָבּ געזאָגט: נאָך אַ קליינע וויילע, אוּן איר זעט מיך ניט, אוּן ווידער אַ קליינע וויילע, אוּן איר וועט מיך זען? 20 באמת, באמת, איך זאָג אייך: איר וועט וויינען אוּן קלאָגן, אָבּער די וועלט וועט זיך פרייען; איר וועט זיין טרויעריק, אָבּער אייער טרויער וועט פאַרקערט ווערן צוּ פרייד. 21 אַ פרוי, בּעת זי גייט צוּ קינד, איז אוּמעטיק, מַחמת איר שָעה האָט גענעענט; אָבּער נאָכדעם ווי זי האָט געבּוירן דאָס קינד, געדענקט זי ניט מער די יסוּרים פוּנוועגן דער שִׂמחה, וואָס אַ מענטש איז געבּוירן געוואָרן אויף דער וועלט. 22 אוּן אַזוי האָט איר אויך איצטער צַער, אָבּער איך וועל אייך ווידער זען, אוּן אייער האַרץ וועט זיך פרייען, אוּן אייער שִׂמחה וועט קיינער ניט אַוועקנעמען בּיי אייך. 23 אוּן אין יענעם טאָג וועט איר מיך ניט פרעגן קיין קַשיות. באמת, באמת, איך זאָג אייך, אויבּ איר וועט עפּעס בּעטן בּיי דעם פאָטער, וועט ער עס אייך געבּן אין מיין נאָמען. 24 לעֵת־עַתּה האָט איר גאָרניט געבּעטן אין מיין נאָמען; בּעט, אוּן איר וועט בּאַקוּמען, כּדי אייער שִׂמחה זאָל זיין פוּל. 25 די דאָזיקע זאַכן האָבּ איך גערעדט צוּ אייך אין משָלים; עס קוּמט אָן די שָעה, ווען איך וועל מער ניט רעדן צוּ אייך אין משָלים, נייערט איך וועל אייך זאָגן אָפן וועגן דעם פאָטער. 26 אין יענעם טאָג וועט איר בּעטן אין מיין נאָמען; אוּן איך זאָג אייך ניט, אַז איך וועל בּעטן דעם פאָטער פאַר אייך, 27 וואָרים דער פאָטער אַליין האָט אייך ליבּ, מַחמת איר האָט מיך ליבּ געהאַט, אוּן האָט געגלויבּט, אַז איך בּין געקוּמען פוּן דעם פאָטער. 28 איך בּין געקוּמען פוּן דעם פאָטער, אוּן בּין געקוּמען אין דער וועלט אַריין; אוּן ווידער פאַרלאָז איך די וועלט, אוּן גיי צוּ דעם פאָטער. 29 אוּן זיינע תַּלמידים האָבּן געזאָגט: זע, איצט רעדסטוּ אָפן, אוּן געבּרויכסט ניט קיין מָשל. 30 איצט ווייסן מיר, אַז דוּ ווייסט אַלצדינג, אוּן דאַרפסט ניט, אַז עמיצער זאָל דיך פרעגן; דוּרכדעם גלויבּן מיר, אַז דוּ בּיסט געקוּמען פוּן גאָט. 31 האָט יֵשוּעַ זיי געענטפערט: איצט גלויבּט איר? 32 סע טוּט קוּמען די שָעה, יאָ, זי האָט גענעענט, אוּן איר וועט ווערן צעשפּרייט, איטלעכער צוּ זיינע אייגענע, אוּן מיך וועט איר איבערלאָזן אַליין: אָבּער איך בּין ניט אַליין, מַחמת דער פאָטער איז מיט מיר. 33 דאָס האָבּ איך גערעדט צוּ אייך, כּדי אין מיר זאָלט איר האָבּן שָלום. אין דער וועלט האָט איר צָרות; אָבּער זייט געטרייסט, איך האָבּ מנַצֵחַ געווען די וועלט.

17

1 דאָס האָט יֵשוּעַ גערעדט, אוּן ער האָט אויפגעהויבּן זיינע אויגן צוּם הימל, אוּן געזאָגט: פאָטער, די שָעה האָט גענעענט, אַכפּער דיין זוּן, כּדי דער זוּן זאָל דיך אַכפּערן; 2 אַזוֹיווי דוּ האָסט אים געגעבּן רשוּת איבּער יעדן בּאַשעפעניש, כּדי ער זאָל געבּן אייבּיק לעבּן צוּ אַלע, וועמען דוּ האָסט אים געגעבּן. 3 אוּן דאָס איז דאָס אייבּיקע לעבּן, אַז זיי זאָלן קענען דיך, דעם איינציק אֶמֶתן גאָט, אוּן יֵשוּעַ הַמָשִיחַן וועמען דוּ האָסט געשיקט. 4 איך האָבּ דיך געאַכפּערט אויף דער ערד, מיט דעם וואָס איך האָבּ פאַרענדיקט דאָס ווערק, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן צוּ טאָן. 5 אוּן איצט, פאָטער, אַכפּער דוּ מיך בּיי דיר, מיט דעם כָּבוד, וואָס איך האָבּ געהאַט בּיי דיר, איידער די וועלט איז געוואָרן. 6 איך האָבּ אַנטפּלעקט דיין נאָמען צוּ די מענטשן, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן פוּן דער וועלט; זיי זענען געווען דיינע, אוּן דוּ האָסט זיי מיר געגעבּן; אוּן זיי האָבּן געהיט דיין וואָרט. 7 איצט ווייסן זיי, אַז אַלצדינג, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, איז פוּן דיר; 8 וואָרים די רייד, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, האָבּ איך זיי געגעבּן; אוּן זיי האָבּן זיי מקַבּל געווען, אוּן האָבּן דערקענט אויף אַן אֶמת, אַז איך קוּם פוּן דיר, אוּן זיי האָבּן געגלויבּט, אַז דוּ האָסט מיך געשיקט. 9 איך בּעט פאַר זיי; איך בּעט ניט פאַר דער וועלט, נייערט פאַר יענע, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, וואָרים זיי זענען דיינע; 10 אוּן אַלצדינג, וואָס איז מיינס, איז דיינס, אוּן דיינס איז מיינס, אוּן איך בּין געאַכפּערט אין זיי. 11 אוּן איך בּין ניט מער אין דער וועלט, אָבּער זיי זענען אין דער וועלט, אוּן איך קוּם צוּ דיר. הייליקער פאָטער, בּאַהיט זיי אין דיין נאָמען, יענע, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, כּדי זיי זאָלן זיין איינס, אַזוֹיווי מיר זענען איינס. 12 כָּל־זמַן איך בּין געווען מיט זיי, האָבּ איך זיי אָפּגעהיט אין דיין נאָמען, יענע, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן; אוּן איך האָבּ זיי אָפּגעהיט, אוּן קיין איינציקער פוּן זיי איז ניט פאַרלוירן געגאַנגען, אויסער דער זוּן פוּן פאַרדאַרבּוּנג, כּדי דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן. 13 אָבּער איצט קוּם איך צוּ דיר; אוּן דאָס רעד איך אין דער וועלט, כּדי זיי זאָלן האָבּן אין זיך מיין פולע שִׂמחה. 14 איך האָבּ זיי געגעבּן דיין וואָרט; אוּן די וועלט האָט זיי פיינט געהאַט, מַחמת זיי זענען ניט פוּן דער וועלט, פּוּנקט ווי איך בּין ניט פוּן דער וועלט. 15 איך בּעט ניט, אַז דוּ זאָלסט זיי אַרויסנעמען פוּן דער וועלט, נייערט אַז דוּ זאָלסט זיי אָפהיטן פוּן דעם בּייזן. 16 זיי זענען ניט פוּן דער וועלט, פּוּנקט ווי איך בּין ניט פוּן דער וועלט. 17 הייליק זיי אין דעם אֶמת; דיין וואָרט איז אֶמת. 18 אַזוֹיווי דוּ האָסט מיך געשיקט אין דער וועלט אַריין, פּוּנקט אַזוי האָבּ איך זיי געשיקט אין דער וועלט אַריין. 19 אוּן פוּן זייערטוועגן הייליק איך מיך, כּדי זיי זאָלן אויך געהייליקט זיין אין דעם אֶמת. 20 אוּן ניט נאָר פאַר די דאָזיקע אַליין בּעט איך, נייערט אויך פאַר יענע, וואָס וועלן גלויבּן אין מיר דוּרך זייער וואָרט, כּדי זיי זאָלן אַלע זיין איינס; 21 אַזוֹיווי דוּ, פאַטער, בּיסט אין מיר, אוּן איך אין דיר, אַז זיי זאָלן אויך זיין אין אוּנדז, כּדי די וועלט זאָל גלויבּן, אַז דוּ האָסט מיך געשיקט. 22 אוּן דעם כָּבוד, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, האָבּ איך זיי געגעבּן, כּדי זיי זאָלן זיין איינס, אַזוֹיווי מיר זענען איינס, 23 איך אין זיי, אוּן דוּ אין מיר, כּדי זיי זאָלן ווערן שלֵימוּתדיק איינס, כּדי די וועלט זאָל וויסן, אַז דוּ האָסט מיך געשיקט, אוּן האָסט זיי ליבּ געהאַט, אַזוֹיווי דוּ האָסט מיך ליבּ געהאַט. 24 פאָטער, איך וויל, אַז אויך די, וועמען דוּ האָסט מיר געגעבּן, זאָלן זיין מיט מיר, וואוּ איך בּין, כּדי זיי זאָלן קענען זען מיין כָּבוד, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, וואָרים דוּ האָסט מיך ליבּ געהאַט, נאָך פאַר דער גרינדוּנג פוּן דער וועלט. 25 אָ, גערעכטער פאָטער, די וועלט האָט דיך ניט געקענט, אָבּער איך האָבּ דיך געקענט; אוּן די דאָזיקע ווייסן, אַז דוּ האָסט מיך געשיקט. 26 אוּן איך האָבּ פאַר זיי בּאַקאַנט געמאַכט דיין נאָמען, אוּן איך וועל אים בּאַקאַנט מאַכן, כּדי די ליבּע, מיט וועלכער דוּ האָסט מיך ליבּ געהאַט, זאָל זיין אין זיי, אוּן איך אין זיי.

18

1 אוּן בּעת יֵשוּעַ האָט פאַרענדיקט די דאָזיקע רייד, איז ער אַרויסגעגאַנגען מיט זיינע תַּלמידים אַריבּער דעם טייך קִדרוֹן, וואוּ עס איז געווען אַ גאָרטן, אין וועלכן ער איז אַרייַנגעגאַנגען מיט זיינע תַּלמידים. 2 אוּן אויך יהוּדה, וואָס האָט אים פאַרראָטן, האָט געקענט דאָס אָרט; וואָרים יֵשוּעַ איז זיך דאָרט פילמאָל צוּנויפגעקוּמען מיט זיינע תַּלמידים. 3 אוּן יהוּדה, בּעת ער הָאט בּאַקוּמען דאָס חַיִל אוּן די בּאַדינער פוּן די ראָשי־כּׄהַנים אוּן די פּרוּשים, איז אָנגעקוּמען אַהין מיט פאַקלען אוּן לאַנטערנס אוּן כּלֵי־זַיִן. 4 אוּן יֵשוּעַ האָט געוואוּסט אַלצדינג, וואָס האָט געדאַרפט קוּמען איבּער אים, אוּן ער איז אַרויסגעגאַנגען, אוּן האָט צוּ זיי געזאָגט: וועמען זוּכט איר? 5 האָבּן זיי אים געענטפערט: יֵשוּעַ הַנוֹצרי. זאָגט יֵשוּעַ צוּ זיי: איך בּין עס. אוּן יהוּדה, וואָס האָט אים פאַרראָטן, איז מיט זיי געשטאַנען. 6 אוּן בּעת ער האָט צוּ זיי געזאָגט: איך בּין עס, זענען זיי אָבּגעטרעטן הינטערווייַלעכץ, אוּן זענען געפאַלן צוּ דער ערד. 7 אוּן ער האָט זיי ווידער געפרעגט: וועמען זוּכט איר? האָבּן זיי געזאָגט: יֵשוּעַ הַנוֹצרי. 8 האָט יֵשוּעַ געענטפערט: איך האָבּ אייך דאָך געזאָגט, אַז איך בּין דאָס; בּכֵן, אויבּ איר זוּכט מיך, לאָזט די דאָזיקע גיין. 9 כּדי סע זאָל מקוּים ווערן דאָס וואָרט, וואָס ער האָט גערעדט: פוּן יענע, וואָס דוּ האָסט מיר געגעבּן, האָבּ איך ניט פאַרלוירן קיין איינציקן. 10 אוּן שִמעוֹן פּעטרוּס, וואָס האָט געהאַט אַ שווערד, האָט זי געצויגן, אוּן האָט אַ זעץ געטאָן דעם כּׄהן־גָדולס קנעכט, אוּן אים אָפּגעהאַקט זיין רעכטן אויער. אוּן דעם קנעכטס נאָמען איז געווען מַלכוּס. 11 אוּן יֵשוּעַ האָט געזאָגט צוּ פּעטרוּסן: טוּ אַריין די שווערד אין דער שייֵד; דעם כּוֹס, וואָס דער פאָטער האָט מיר געגעבּן, זאָל איך אים ניט טרינקן? 12 אוּן דאָס חַיִל אוּן דער הויפּטמאַן, אוּן די בּאַדינער פוּן די ייִדן, האָבּן געכאַפּט יֵשוּעַן אוּן האָבּן אים געבּוּנדן, 13 אוּן האָבּן אים קוֹדם געפירט צוּ חָנָן, וואָרים ער איז געווען דער שווער פוּן קַיָפָאן, וואָס איז אין יענעם יאָר געווען כּׄהן־גָדול. 14 אוּן דאָס איז געווען קַיָפָא, וואָס האָט געגעבּן די ייִדן אַן עֵצה, אַז עס איז גלייַכער, אַז איין מענטש זאָל שטאַרבּן פאַר דעם פאָלק. 15 אוּן שִמעוֹן פּעטרוּס איז נאָכגעגאַנגען יֵשוּעַן, אוּן אַזוי האָט געטאָן אַן אַנדערער תַּלמיד. אוּן דער דאָזיקער תַּלמיד איז געווען בּאַקאַנט מיט דעם כּׄהן־גָדול, אוּן איז אַרייַנגעגאַנגען מיט יֵשוּעַן אין דעם הוי ףפוּ ןדע םכּׄהן־גָדול, בּעת פּעטרוּס איז געשטאַנען אין דרויסן בּיי דער טיר. 16 אוּן דער אַנדערער תַּלמיד, וואָס איז געווען בּאַקאַנט מיט דעם כּׄהן־גָדול, איז אַרויסגעגאַנגען אוּן האָט גערעדט מיט דער טיר־היטערין, אוּן האָט אַרייַנגעבּראַכט פּעטרוּסן. 17 אוּן די שיפחה, די טיר־היטערין, האָט געזאָגט צוּ פּעטרוּסן: בּיסטוּ ניט אויך איינער פוּן דעם מאַנס תַּלמידים? זאָגט ער: איך בּין עס ניט. 18 אוּן די קנעכט אוּן זי בּאַדינער זענען דאָרט געשטאַנען, אוּן האָבּן געמאַכט אַ פייער פוּן קוילן, וואָרים עס איז געווען קאַלט, אוּן זיי האָבּן זיך געוואַרעמט; אוּן פּעטרוּס איז אויך געשטאַנען מיט זיי, אוּן האָט זיך געוואַרעמט. 19 אוּן דער כּׄהן־גָדול האָט געפרעגט יֵשוּעַן וועגן זיינע תַּלמידים, אוּן וועגן זיין לערנוּנג. 20 האְט יֵשוּעַ אים געענטפערט: איך האָבּ גערעדט אָפן פאַר דער וועלט; איך האָבּ תַּמיד געלערנט אין די שוּלן, אוּן אין דעם בֵּית־הַמִקדש, וואוּ אַלע ייִדן קוּמען זיך צוּזאָמען, אוּן אין פאַרבּאָרגעניש האָבּ איך גאָרניט גערעדט. 21 פאַרוואָס פרעגסטוּ מיך? פרעג די, וואָס האָבּן מיך געהערט, וואָס איך האָבּ גערעדט צוּ זיי; זע זיי ווייסן וואָס אַזוינס איך האָבּ געזאָגט. 22 אוּן אַז ער האָט דאָס געזאָגט, האָט איינער פוּן די בּאַדינער, וואָס איז געשטאַנען דערבּיי, אַ פּאַטש געגעבּן יֵשוּעַן, אוּן געזאָגט: אַזוי ענטפערסטוּ דעם כּׄהן־גָדול? 23 האָט אים יֵשוּעַ געענטפערט: אויבּ איך האָבּ גערעדט שלעכטס, זאָג עֵדות פוּנוועגן דעם שלעכטס; נאָר אויבּ רעכט, פאַרוואָס שלאָגסטוּ מיך? 24 אוּן חָנָן האָט אים געשיקט געבּוּנדן צוּ קַיָפָאן, דעם כּׄהן־גָדול. 25 אוּן שִמעוֹן פּעטרוּס איז געשטאַנען אוּן האָט זיך געוואַרעמט. אוּן זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט: בּיסטוּ ניט אויך איינער פוּן זיינע תַּלמידים? אוּן ער האָט געלייקנט, אוּן געזאָגט: איך בּין עס ניט. 26 זאָגט איינער פוּן דעם כּׄהן־גָדולס קנעכט, וואָס איז געווען אַ קָרוב פוּן דעם, וועמען פּעטרוּס האָט אָפּגעהאַקט דאָס אויער: האָבּ איך דיך ניט געזען מיט אים אין גאָרטן? 27 אוּן פּעטרוּס האָט ווידער געלייקנט; אוּן תֵּיכּף האָט דער האָן געקרייֵט. 28 אוּן זיי האָבּן יֵשוּעַן געפירט פוּן קַיָפָאן אין דעם געריכטהויף אַריין; אוּן עס איז געווען בּאַגינען. אוּן זיי אַליין זענען ניט אַרייַנגעגאַנגען אין דעם פּרעטאָריוּם, כּדי זיי זאָלן זיך ניט מטַמא זיין, נייערט זאָלן קענען עסן דעם קָרבּן־פֶּסַח. 29 אוּן פּילאַטוּס איז אַרויסגעגאַנגען צוּ זיי, אוּן האָט געזאָגט: וואָסערע בּאַשוּלדיקוּנג בּרענגט איר קעגן דעם דאָזיקן מאַן? 30 האָבּן זיי געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: ווען דער דאָזיקער וואָלט ניט געטאָן קיין שלעכטס, וואָלטן מיר אים ניט געווען געברענגט צוּ דיר. 31 פּילאַטוּס האָט דעריבּער צוּ זיי געזאָגט: נעמט איר אים, אוּן מִשפּח אים לויט אייער תּוֹרה. אוּן די ייִדן האָבּן צוּ אים געזאָגט: מיר האָבּן ניט קיין רשוּת צוּ טייטן אַ מענטשן; 32 (כּדי סע זאָל מקוּים ווערן דאָס וואָרט פוּן יֵשוּעַן, וואָס ער האָט גערעדט, בּעת ער האָט מרַמֵז געווען מיט וואָסער מִין טויט ער וועט שטאַרבּן). 33 פּילאַטוּס איז דעריבּער ווידער אַרייַנגעגאַנגען אין דעם פרעטאָריוּם אַריין, אוּן האָט גערוּפן יֵשוּעַן, אוּן צוּ אים געזאָגט: בּיסטוּ דער מֵלך פוּן די ייִדן? 34 אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט: טוּסטוּ דאָס זאָגן פוּן דיר אַליין, אָדער האָבּן דיר דאָס אַנדערע געזאָגט פוּנוועגן מיר? 35 האָט פּילאַטוּס געענטפערט: בּין איך אַ ייִד? דיין אייגן פאָלק אוּן די ראָשי־כָּהַנים האָבּן דיך געברענגט צוּ מיר; וואָס האָסטוּ געטאָן? 36 האָט יֵשוּעַ געענטפערט: מיין מַלכות איז ניט פוּן דער דאָזיקער וועלט; אויבּ מיין מַלכות וואָלט געווען פוּן דער דאָזיקער וועלט, וואָלטן מיינע בּאַדינער געקעמפט, אַז איך זאָל ניט איבּערגעענטפערט ווערן צוּ די ייִדן; איצט אָבּער איז מיין מַלכות ניט פוּנדאַנען. 37 פּילאַטוּס האָט דעריבּער צוּ אים געזאָגט: הייסט עס, דוּ בּיסט טאַקע אַ מֵלך? אוּן יֵשוּעַ האָט געענטפערט: דוּ זאָגטס, אַז איך בּין אַ מֵלך. צוּליבּ דעם בּין איך געבּוירן געואָרן, אוּן צוּליבּ דעם בּין איך געקוּמען אין דער וועלט אַריין, כּדי איך זאָל עֵדות זאָגן פאַר דעם אֶמת. יעדער איינער, וואָס איז פוּן דעם אֶמת, הערט מיין קוֹל. 38 זאָגט צוּ אים פּילאַטוּס: וואָס איז דער אֶמת? אוּן נאָכדעם ווי ער האָט דאָס געזאָגט, איז ער ווידער אַרויסגעגאַנגען צוּ די ייִדן, אוּן האָט צוּ זיי געזאָגט: איך געפין ניט אין אים קיין שוּם שוּלד. 39 אָבּער ביי אייך איז פאַראַן אַ מִנהג, אַז איך זאָל אייך פריי לאָזן איינעם אויף פֵּסח; ווילט איר דעריבּער, אַז איך זאָל אייך פריי לאָזן דעם מֵלך פוּן די ייִדן? 40 זיי האָבּן דעריבּער ווידער אויסגעשריגן, אַזוי צוּ זאָגן: ניט דעם דאָזיקן, נייערט בַּר־אַבָּאן׳ אוּן בַּר־אַבָּא איז געווען אַ גַזלן.

19

1 דעמאָלט האָט פּילאַטוּס גענוּמען יֵשוּעַן, אוּן האָט אים געלאָזט אויספייַטשן. 2 אוּן די זעלנער האָבּן אויסגעפלאָכטן אַ קרוין פוּן דערנער, אוּן זי אַרויפגעזעצט אויף זיין קאָף, אוּן אים בּאַקליידט אין אַ פּוּרפּוּר מאַנטל. 3 אוּן זיי האָבּן גענעענט צוּ אים, אוּן געזאָגט: שָלום דיר, מֵלך פוּן די ייִדן׳ אוּן זיי האָבּן אים געפּאַטשט מיט זייערע הענט. 4 אוּן פּילאַטוּס איז ווידער אַרויסגעגאַנגען, אוּן האָט צוּ זיי געזאָגט: אָט פיר איך אים אַרויס צוּ אייך, כּדי איר זאָלט וויסן, אַז איך געפין ניט אין אים קיין שוּם שוּלד. 5 אוּן יֵשוּעַ איז אַרויסגעקוּמען, אוּן האָט געטראָגן די קרוין פוּן דערנער אוּן דעם פּוּרפּוּר מאַנטל. 6 אוּן פּילאַטוּס האָט צוּ זיי געזאָגט: אָט איז דער מנעטש׳ אוּן אַז די ראָשי־כּׄהַנים אוּן די בּאַדינער האָבּן אים געזען, האָבּן זיי אויסגעשריגן: קרייציק אים, קרייציק אים׳ זאָגט צוּ זיי פּילאַטוּס: נעמט איר אים אוּן קרייציקט אים, וואָרים איך געפין ניט אין אים קיין שוּם שוּלד. 7 האָבּן אים די ייִדן געענטפערט: מיר האָבּן אַ תּוֹרה, אוּן לויט דער תּוֹרה איז ער חַייב־מִתה, מַחמת ער האָט זיך אַליין געמאַכט פאַר דעם בֶן־אֱלהִׄים. 8 אוּן ווען פּילאַטוּס האָט דאָס געהערט, האָט ער נאָך מער מוֹרא בּאַקוּמען, 9 אוּן ער איז ווידער אַרייַנגעגאַנגען אין דעם פרעטאָריוּם אַריין, אוּן האָט געזאָגט צוּ יֵשועַן: פוּנוואַנען בּיסטוּ? אָבּער ישוּעַ האָט אים ניט געגעבּן קיין תּשוּבה. 10 פּילאַטוּס האָט דעריבּער צוּ אים געזאָגט: צוּ מיר טוּסטוּ ניט רעדן? ווייסטוּ ניט, אַז איך האָבּ רשוּת דיך פריי צוּ לאָזן, אוּן רשוּת דיך צוּ קרייציקן? 11 אוּן יֵשוּעַ האָט אים געענטפערט: דוּ וואָלטסט ניט געהאַט קיין מאַכט איבּער מיר, אויבּ זי וואָלט דיר ניט געגעבּן געוואָרן פוּן אויבּן; דעריבּער האָט דער, וואָס האָט מיך איבּער געענטפערט צוּ דיר, אַ גרעסערע זינד. 12 פוּן דעמאָלט אָן האָט פּילאַטוּס געזוּכט אים פריי צוּ לאָזן; אָבּער די ייִדן האָבּן אויסגעשריגן, אַזוי צוּ זאָגן: אויבּ דוּ לאָזסט פריי דעם דאָזיקן מאַן, בּיסטוּ ניט דעם קֵיסרס פריינט; יעדער איינער, וואָס מאַכט זיך אַליין פאַר אַ מֵלך, איז מוֹרֶד־בּמַלכות. 13 אוּן ווען פּילאַטוּס האָט געהערט די דאָזיקע רייד, האָט ער אַרויסגעבּראַכט יֵשוּעַן, אוּן האָט זיך אַנידער געזעצט אויף דעם כִּסֵא־הַמִשפּט, אויף דעם פּלאַץ, וואָס הייסט ליתאָסטרוֹטאָן, אוּן אויף לָשון־קוֹדֶש, גַבּתָא. 14 אוּן עס איז געווען עֶרֶב־פֶּסַח, אַרוּם דער זעקסטר שָעה. אוּן ער האָט געזאָגט צוּ די ייִדן: אָט איז אייער מֵלך׳ 15 אוּן זיי האָבּן געשריגן: אַוועק מיט אים, אַוועק מיט אים, קרייציק אים׳ זאָגט צוּ זיי פּילאַטוּס: זאָל איך קרייציקן אייער מֵלך? אוּן די ראָשי־כּׄהַנים האָבּן געענטפערט: מיר האָבּן ניט קיין מֵלך, אַחוּץ דעם קֵיסר. 16 דעמאָלט האָט ער אים איבּערגעגעבּן צוּ זיי, געקרייציקט צוּ ווערן. זיי האָבּן דעריבּער גענוּמען יֵשוּעַן. 17 אוּן ער האָט אַליין געטראָגן זיין קרייץ, אוּן ער איז אַרויסגעגאַנגען צוּ דעם פּלאַץ, וואָס האָט געהייסן דער שייֵדל־פּלאַץ, אוּן איוף לָשון־קוֹדֶש הייסט ער גָלגָלתָּא. 18 דאָרטן האָבּן זיי אים געקרייציקט, אוּן מיט אים צווי יאַנדערע ,אוי ףיעדע רזיי טאיינעם, אוּן יֵשוּעַן אין דער מיט. 19 אוּן פּילאַטוּס האָט אויך אָנגעשריבּן אַן אויפשריפט, אוּן האָט זי אַרויפגעטאָן אויף דעם קרייץ; אוּן דאָרט איז געשטאַנען: יֵשוּעַ הַנוֹצרי, דער מֵלך פוּן די ייִדן. 20 די דאָזיקע אויפשריפט האָבּן געלייענט אַ סַך ייִדן, וואָרים דער פּלאַץ, וואוּ יֵשוּעַ איז געקרייציקט געוואָרן, איז געווען נאָענט פוּן דער שטאָט; אוּן דאָס איז געווען געשריבּן אויף לָשון־קוֹדֶש, לאַטייַניש, אוּן אין גריכיש. 21 אוּן די ראָשי־כּׄהַנים פוּן די ייִדן האָבּן געזאָגט צוּ פּילאַטוּסן: שרייבּ ניט: דער מֵלך פוּן די ייִדן, נייערט אַז ער האָט געזאָגט: איך בּין דער מֵלך פוּן די ייִדן. 22 אוּן פּילאַטוּס האָט געענטפערט: וואָס איך האָבּ געשריבּן, האָבּ איך געשריבּן. 23 אוּן די זעלנער, בּעת זיי האָבּן יֵשוּעַן געקרייציקט, האָבּן גענוּמען זיינע מַלבּוּשים אוּן געמאַכט פיר חַלָקים, פאַר יעדן זעלנער אַ חֵלֶק, אוּן אויך זיין ראָק. אוּן דער ראָק איז געווען אָן אַ נאָט, געוועבּט פוּן אויבּן דוּרך אוּן דוּרך. 24 זיי האָבּן דעריבּער געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: לאָמיר אים ניט צערייסן, נייערט וואַרפן גוֹרל אויף אים, וועמעס ער זאָל זיין; כּדי דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן: זיי האָבּן צעטיילט מיינע בּגָדים צווישן זיך; אוּן איבּער מיין געוואַנט האָבּן זיי געוואָרפן גוֹרל. 25 אוּן אַזוי האָבּן די זעלנער געטאָן; אוּן בּיי דעם צלָב פוּן יֵשוּעַן זענען געשטאַנען זיין מוּטער, אוּן זיין מוּטערס שוועסטער, מִריָם דאָס ווייבּ פוּן קלוֹפָסן, אוּן מִריָם פוּן מַגדָלָה. 26 אוּן בּעת יֵשוּעַ האָט געזען זיין מוּטער, אוּן דעם תַּלמיד, וועמען ער האָט ליבּ געהאָט, שטיין דערבּיי, האָט ער געזאָגט צוּ זיין מוּטער: אִשה, אָט איז דיין זוּן׳ 27 דערנאָך האָט ער געזאָגט צוּ דעם תַּלמיד: אָט איז דיין מוּטער׳ אוּן פוּן יענער שָעה אָן האָט דער תַּלמיד זי גענוּמען צוּ זיך. 28 אוּן נאָכדעם האָט יֵשוּעַ, ווייל ער האָט געוואוּסט, אַז אַלצדינג איז שוין פאַרענדיקט, אוּן כּדי דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן, האָט ער געזאָגט: איך בּין דאָרשטיק. 29 אוּן דאָרט איז געשטאַנען אַ כֵּלי פוּל מיט עסיק; אוּן זיי האָבּן אַרויפגעטאָן אַ שוואָם פוּל מיט עסיק אויף אַן אֵזוֹב־שטענגל, אוּן עס דערלאַנגט צוּ זיין מויל. 30 אוּן אַז יֵשוּעַ האָט גענוּמען דעם עסיק, האָט ער געזאָגט: עס איז געענדיקט; אוּן ער האָט גענייגט זיין קאָף, אוּן אויסגעהויכט די נשָמה. 31 אוּן מַחמת עס איז געווען עֶרֶב־שַבּת, אוּן כּדי די גוּפים זאָלן ניט פאַרבּלייַבּן אויפן קרייץ איבּער שַבּת (וואָרים יענער שַבּת איז געווען אַ גרויסער טאָג), האָבּן די ייִדן געבּעטן בּיי פּילאַטוּסן, אַז מען זאָל צעבּרעכן זייערע פיס, אוּן אוועקנעמען. 32 אוּן די זעלנער זענען געקוּמען, אוּן האָבּן צעבּראָכן די פיס פוּן דעם ערשטן, אוּן פוּן דעם אַנדערן, וואָס איז מיט אים געקרייציקט געוואָרן; 33 אָבּער ווען זיי זענען געקוּמען צוּ יֵשוּעַן, אוּן האָבּן געזען, אַז ער איז שוין טויט, האָבּן זיי ניט צעבּראָכן זיינע פיס. 34 אָבּער איינער פוּן די זעלנער האָט מיט אַ שפּיז געשטאָכן זיין זייט, אוּן עס איז תֵּיכּף אַרויסגעקוּמען בּלוּט אוּן וואַסער. 35 אוּן דער, וואָס האָט עס געזען, האָט עֵדות געזאָגט ־ אוּן זיין עֵדות איז אֶמת, אוּן ער ווייסט, אַז ער זאָגט אֶמת ־ כּדי אויך איר זאָלט גלויבּן. 36 וואָרים דאָס איז געשען, כּדי דער פָּסוק זאָל מקוּים ווערן: קיין בּיין פוּן אים זאָל ניט ווערן צעבּראָכן. 37 אוּן ווידער זאָגט אַן אַנדערער פָּסוק: זיי וועלן קוּקן אויף אים, וועמען זיי האָבּן געשטאָכן. 38 אוּן נאָכדעם האָט יוֹסף פוּן רָמָתַיִם, וואָס איז געווען אַ פאַרבּאָרגענער תַּלמיד פוּן יֵשוּעַן, אויס מוֹרא פאַר די ייִדן, געבּעטן בּיי פּילאַטוּסן, אַז ער זָאל מעגן אַוועקנעמען יֵשוּעַס גוּף, אוּן פּילאַטוּס האָט אים געגעבּן דערלויבּעניש. ער איז דעריבּער געקוּמען, אוּן האָט אַוועקגענוּמען זיין גוּף. 39 אוּן אויך נַקדִימוֹן, וואָס איז קוֹדם צוּ אים געקוּמען בּיינאַכט, איז געקוּמען אוּן האָט געבּראַכט אַ מישוּנג פוּן מיִרע אוּן אַלאָען, אַן עֶרֶך פוּן הוּנדערט פוּנט. 40 אוּן זיי האָבּן גענוּמען דעם גוּף פוּן יֵשוּעַן אוּן האָבּן אים אייַנגעוויקלט אין תּכרִיכים צוּזאַמען מיט די בּשָׂמים, ווי עס איז דער מִנהג בּיי ייִדן מקַבּר צוּ זיין. 41 אוּן אין דעם אָרט, וואוּ ער איז געקרייציקט געוואָרן, איז געווען אַ גאָרטן, אוּן אין דעם גאָרטן אַ נייער קֵבר, וואָס אין אים איז נאָך קיינער ניט געלייגט געוואָרן. 42 אוּן מַחמת עס איז שוין געווען עֶרֶב־שַבּת בּיי ייִדן, אוּן דער קֵבר איז געווען נאָענט, האָבּן זיי דאָרטן אַרייַנגעלייגט יֵשוּעַן.

20

1 אוּן אויף דעם ערשטן טאָג נאָך דעם שַׁבָּת, בּשַעת עס איז נקָך געווען טוּנקל, איז מִריָם פוּן מַגדָלָה געקוּמען צוּם קֵבר, אוּן האָט געזען, אַז דער שטיין איז אַוועקגענוּמען געוואָרן פוּן דעם קיבר. 2 אוּן זי איז געלאָפן, אוּן איז געקוּמען צוּ שִמעוֹן פּעסרוּסן און צוּ דעם אַנדערן תַּלמיד, וועמען יֵשוּעַ האָט ליבּ געהאַט, אוּן האָט צוּ זיי געזאָגט: זיי האָבּן אַוועקגענוּמען דעם האַר פוּן דעם קֵבר, אוּן מיר ווייסן ניט וואוּ זיי האָבּן אים געלייגט. 3 אוּן פּעטרוּס איז אַרויסגעגאַנגען, אוּן דער אַנדערער תַּלמיד, אוּן זיי זענען געגאַנגען צוּם קֵבר. 4 אוּן זיי זענען בּיידע געלאָפן צוּזאַמען, אוּן דער אַנדערער תַּלמיד איז איבּערגעלאָפן פּעטרוּסן, אוּן איז אָנגעקוּמען פריער צוּם קֵבר. 5 אוּן אַז ער האָט זיך אייַנגעבּויגן אוּן אַרייַנגעקוּקט, האָט ער געזען די תַּכרִיכים ליגן; אָבּער ער איז ניט אַרייַנגעגאַנגען. 6 דערנאָך איז שִמעוֹן פּעסרוּס אָנגעקוּמען נאָך אים, אוּן ער איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם קֵבר אַריין; אוּן ער האָט געזען די תַּכרִיכים ליגן, 7 אוּן דאָס טיכל, וואָס איז געווען אויף זיין קאָף, איז ניט געלעגן מיט די תַּכרִיכים, נייערט צוּנויפגעוויקלט אין אַ פּלאַץ בּאַזוּנדער. 8 אוּן דערנאָך איז אַרייַנגעגאַנגען אויך דער אַנדערער תַּלמיד, וואָס איז פריער געקוּמען צוּם קֵבר, אוּן ער האָט געזען, אוּן געגלויבּט. 9 וואָרים זיי האָבּן נאָך ניט פאַרשטאַנען דעם פָּסוק, אַז ער מוּז אויפשטיין תּחִיַת־הַמֵתים. 10 אוּן די תַּלמידים זענען דעריבּער ווידער אַוועק צוּ זיך אַהיים. 11 אָבּער מִריָם איז געשטאַנען אין דרויסן בּיים קֵבר אוּן האָט געוויינט. אוּן, ווי זי האָט געוויינט, האָט זי זיך אייַנגעבּויגן אוּן האָט אַרייַנגעקוּקט אין דעם קֵבר; 12 אוּן זי האָט געזען צוויי מַלאָכים אין ווייַסן זיצן, וואוּ דער גוּף פוּן יֵשוּעַן איז געלעגן, איינער צוּקאָפּנס, אוּן איינער צוּפוּסנס. 13 אוּן זיי האָבּן צוּ איר געזאָגט: אִשה, פאַרוואָס וויינסטוּ? זאָגט זי צוּ זיי: מַחמת זיי האָבּן אַוועקגענוּמען מיין האַר, אוּן איך ווייס ניט, וואוּ זיי האָבּן אים געלייגט. 14 אוּן בּעת זי האָט דאָס געזאָגט, האָט זי זיך אויסגעדרייט, אוּן געזען יֵשוּעַן שטיין, אָבּער זי האָט ניט געוואוּסט, אַז דאָס איז יֵשוּעַ. 15 זאָגט צוּ איר יֵשוּעַ: אִשה, פאַרוואָס וויינסטוּ? וועמען זוּכסטוּ? אוּן מַחמת זי האָט אים אָנגענוּמען פאַר דעם גערטנער, האָט זי צוּ אים געזאָגט: האַר, אויבּ דוּ האָסט אים אַוועקגעטראָגן, זאָג מיר, וואוּ דוּ האָסט אים געלייגט, אוּן איך וועל אים אַוועקנעמען. 16 זאָגט צוּ איר יֵשוּעַ: מִריָם׳ אוּן זי האָט זיך אויסגעדרייט, אוּן צוּ אים געזאָגט אויף לָשון־קוֹדֶש: רִבּוֹני, וואָס מיינט צוּ זאָגן: לערער. 17 זאָגט יֵשוּעַ צוּ איר: ריר מיך ניט אָן, וואָרים איך בּין נאָך ניט אַרויפגעגאַנגען צוּ דעם פאָטער; נייערט גיי צוּ מיינע בּרידער, אוּן זאָג זיי: איך גיי אַרויף צוּ מיין פאָטער אוּן אייער פאָטער, אוּן צוּ מיין גאָט אוּן אייער גאָט. 18 אוּן מריָם פוּן מַגדאָלה איז געגאַנגען אוּן האָט דערציילט די תַּלמידים: איך האָבּ געזען דעם האַר; אוּן אַז ער האָט צוּ איר געזאָגט די דאָזיקע זאַכן. 19 אוּן אין אָוונט פוּן יענעם טאָג, דעם ערשטן טאָג נאך דעם שַׁבָּת, בּעת די טירן זענען געווען פאַרשלאָסן, וואוּ די תַּלמידים זענען געווען, אויס מוֹרא פאַר די ייִדן, איז יֵשוּעַ געקוּמען אוּן איז געשטאַנען צווישן זיי, אוּן האָט צוּ זיי געזאָגט: שָלום־עַלֵיכֶם׳ 20 אוּן בּעת ער האָט דאָס געזאָגט, האָט ער זיי געוויזן זיינע הענט אוּן זיין זייט. אוּן די תַּלמידים האָבּן זיך געפרייט, בּעת זיי האָבּן געזען דעם האַר. 21 אוּן יֵשוּעַ האָט נאָכאַמאָל צוּ זיי געזאָגט: שָלום־עַלֵיכֶם׳ אַזוֹיווי דער פאָטער האָט מיך געשיקט, פּוּנקט אַזוי שיק איך אייך. 22 אוּן אַז ער האָט דאָס געזאָגט, האָט ער אַ הויך געטאָן אויף זיי, אוּן צוּ זיי געזאָגט: זייט מקַבּל דעם רוּחַ־הַקוֹדֶש. 23 וועמעס זינד איר זענט מוֹחל, פאַר די זענען זיי פאַרגעבּן; וועמעס זינד איר פאַרהאַלט, זענען זיי פאַרהאַלטן. 24 אוּן תּוֹמָא, איינער פוּן די צוועלף, וועמען מען האָט גערוּפן: דער צווילינג, איז ניט געווען מיט זיי, בּעת יֵשוּעַ איז געקוּמען. 25 די אַנדערע תַּלמידים האָבּן דעריבּער געזאָגט צוּ אים: מיר האָבּן געזען דעם האַר. ער אָבּער האָט צוּ זיי געזאָגט: סיידן איך וועל זען דעם סִימן פוּן די נעגל אין זיינע הענט, אוּן אַרייַנטאָן מיין פינגער אין דעם סִימן פוּן די נעגל, אוּן אַרייַנטאָן מיין האַנט אין זיין זייט, וועל איך ניט גלויבּן. 26 אוּן אין אַכט טעג אַרוּם זענען זיינע תַּלמידים ווידער געווען אין דעם הויז, אוּן תּוֹמָא איז געווען מיט זיי. אוּן בּעת די טירן זענען געווען פאַרשלאָסן, איז יֵשוּעַ געקוּמען אוּן איז געשטאַנען צווישן זיי, אוּן האָט געזאָגט: שָלום־עַלֵיכֶם׳ 27 דערנאָך האָט ער געזאָגט צוּ תּוֹמָאן: שטרעק אויס אַהער דיין פינגער, אוּן זע מיינע הענט; אוּן שטרעק אויס דיין האַנט, אוּן טוּ זי אַריין אין מיין זייט; אוּן זיי ניט אוּמגלויבּיק, נייערט גלויבּיק. 28 האָט תּוֹמָא געענטפערט, אוּן צוּ אים געזאָגט: מיין האַר אוּן מיין גאָט׳ זאָגט צוּ אים יֵשוּעַ: ווייל דוּ האָסט מיך געזען, האָסטוּ געגלויבּט? 29 וואויל איז די, וואָס האָבּן ניט געזען, אוּן דאָך האָבּן זיי געגלויבּט. 30 אוּן נאָך אַ סַך אַנדערע נִסים האָט יֵשוּעַ געטאָן פאַר די תַּלמידים, וואָס זענען ניט פאַרשריבּן אין דעם דאָזיקן סֵפר. 31 אָבּער די דאָז יקע זענען פאַרשריבּן, כּדי איר זאָלט גלויבּן, אַז יֵשוּעַ איז דער מָשִיחַ, דער בֶן־אֱלהִׄים, אוּן אַז גלויבנדיק זאָלט איר האָבּן לעבּן אין זיין נאָמען.

21

1 אוּן נאָכדעם האָט זיך יֵשוּעַ ווידער אַנטפּלעקט צוּ די תַּלמידים בּיי דעם יַם פוּן טְבֶרְיָה; אוּן ער האָט זיך אַנטפּלעקט אויף דעם דאָזיקן אוֹקן: 2 עס זענען געווען צוּזאַמען שִמעוֹן פּעטרוּס אוּן תּוֹמָא, ווע מען מען האָט גערוּפן דִידוּמוּס, אוּן נתַנאֵל פוּן קָנָה אין גָליל, אוּן זַבדיס זין, אוּן נאָך צוויי אַנדערע פוּן זיינע תַּלמידים. 3 זאָגט שִמעוֹן פּעטרוּס צוּ זיי: איך גיי כאַפּן פיש. זאָגן זיי צוּ אים: מיר גייען אויך מיט דיר. אוּן זיי זענען אַרויסגעגאַנגען אוּן זענען אַריין אינם שיפל; אוּן יענע נאַכט האָבּן זיי גאָרניט געכאַפּט. 4 אוּן בּעת סע האָט שוין גענוּמען טאָגן, איז יֵשוּעַ געשטאַנען בּיים בּרעג; אָבּער די תַּלמידים האָבּן ניט געוואוּסט, אַז דאָס איז יֵשוּעַ. 5 אוּן יֵשוּעַ האָט צוּ זיי געזאָגט: קינדער, האָט איר עפּעס צוּ עסן? האָבּן זיי אים געענטפערט: ניין. 6 אוּן ער האָט צוּ זיי געזאָגט: וואַרפט די נעץ אויף דער רעכטער זייט פוּנם שיפל, אוּן איר וועט געפינען. זיי האָבּן אריינגעוואָרפן, אוּן האָבּן זי ניט געקענט אַרויסציען צוּליבּ די פיל פיש. 7 אוּן יענער תַּלמיד, וועמען יֵשוּעַ האָט ליבּ געהאַט, האָט געזאָגט צוּ פּעטרוּסן: דאָס איז דער האַר׳ אוּן אַז שִמעוֹן פּעטרוּס האָט געהערט, אַז דאָס איז דער האַר, האָט ער אייַנגעוויקלט זיין אייַנהיל אַרוּם זיך ־ וואָרים ער איז געווען נאַקעט ־ אוּן האָט זיך אַרייַנגעוואָרפן אין יַם אַריין. 8 אָבּער די אַנדערע תַּלמידים זענען געקוּמען אינם שיפל, וואָרים זיי זענען געווען ניט ווייט פוּן דער יַבָּשה, נייערט אַן עֶרֶך פוּן צוויי הוּנדערט איילן ווייט, אוּן האָבּן געשלעפּט די נעץ פוּל מיט פיש. 9 אוּן אַז זיי זענען אַרויס אויף דער יַבָּשה, האָבּן זיי געזען אַ פייער פוּן קוילן, אוּן פיש ליגן אויף אים, אוּן מַצה. 10 זאָגט צוּ זיי יֵשוּעַ: בּרענט אַהער פוּן די פיש, וואָס איר האָט איצט געכאַפּט. 11 אוּן שִמעוֹן פּעתרוּס איז אַרויפגעגאַנגען, אוּן האָט אַרויסגעצויגן די נעץ אויף דער יַבָּשה, פוּל מיט גרויסע פיש, הוּנדערט דריי אוּן פוּפציק; אוּן חַגַם עס זענען געווען אַזויפיל, איז די נעץ ניט צעריסן געוואָרן. זאָגט צוּ זיי יֵשוּעַ: קוּמט אוּן בּייסט איבּער. 12 אוּן קיינער פוּן די תָּלמידים תאָט זיך ניט דערוועגט צוּ פרעגן בּיי אים: ווער בּיסטוּ? וואָרים זיי האָבּן געוואוּסט, אַז דאָס איז דער האַר. 13 אוּן יֵשוּעַ האָט גענעענט אוּן גענוּמען די מַצה, אוּן זי זיי געגעבּן, אוּן אַזוי אויך די פיש. 14 דאָס איז שוין דאָס דריטע מאָל, וואָס יֵשוּעַ האָט זיך אַנטפּלעקט צוּ די תַּלמידים, נאָכדעם ווי ער איז אויפגעשטאַנען תּחִיַת־הַמֵתים. 15 אוּן אַז זיי האָבּן געהאַט איבּערגעבּיסן, זאָגט יֵשוּעַ צוּ שִמעוֹן פּעטרוּסן: שִמעוֹן בַּר־יוֹנָה, האָסטוּ מיך מער ליבּ ווי די דאָזיקע? זאָגט ער צוּ אים יאָ, האַר; דוּ ווייסט, אַז איך האָבּ דיך ליבּ. זאָגט ער צוּ אים: פיטער מיינע לעמער. 16 זאָגט ער ווידער צוּ אים אַ צווייט מאָל: שִמעוֹן בַּר־יוֹנָה, האָסטוּ מיך ליבּ? זאָגט ער צוּ אים: יאָ, האַר; דוּ ווייסט, אַז איך האָבּ דיך ליבּ. זאָגט ער צוּ אים: היט מיינע שאָף. 17 זאָגט ער צוּ אים דאָס דריטע מאָל: שִמעוֹן בַּר־יוֹנָה, האָסטוּ מיך ליבּ? פּעטרוּס האָט זיך מצַער געווען, מַחמת ער האָט צוּ אים געזאָגט דאָס דריטע מאָל: האָסטוּ מיך ליבּ? אוּן ער האָט צוּ אים געזאָגט: האַר, דוּ ווייסת אַלצדינג; דוּ ווייסת, אַז איך האָבּ דיך ליבּ. זאָגט צוּ אים יֵשוּעַ: פיטער מיינע שאָף. 18 באמת, באמת, איך זאָג דיר, בּעת דוּ בּיסט געווען יוּנג, האָסטוּ דיך אָנגעגוּרט, אוּן בּיסט געגאַנגען וואוּהין דוּ האָסט געוואָלט; אָבּער בּעת דוּ וועסט זיין אַלט, וועסטוּ אויסשטרעקן דיינע הענט, אוּן אַן אַנדערער וועט דיך אָנגוּרטן אוּן פירן, וואוּהין דוּ ווילסט ניט. 19 אוּן דאָס האָט ער גערעדט, כּדי מרַמֵז צוּ זיין מיט וואָסער מִין טויט ער וועט אַכפּערן גאָט. אוּן נאָך די דאָזיקע רייד, האָט ער צוּ אים געזאָגט: גיי מיר נאָך. 20 אוּן פּעסרוּס האָט זיך אויסגעדרייט, אוּן געזען דעם תַּלמיד נאָכגיין, וועמען יֵשוּעַ האָט ליבּ געהאַט, וואָס האָט זיך אויך בּיי דער סעוּדה אָנגעלענט אויף זיין בּרוּסט, אוּן ער האָט געזאָגט: האַר, ווער איז דער, וואָס טוּט דיך איבּערענטפערן? 21 אוּן אַז פּעטרוּס האָט אים געזען, האָט ער געזאָגט צוּ יֵשוּעַן: האַר, אוּן וואָס איז מכּוֹחַ אים? 22 זאָגט צוּ אים יֵשוּעַ: אויבּ איך וויל, אַז ער זאָל פאַרבּלייַבּן, בּיז איך קוּם, וואָס גייט דאָס דיך אָן? דוּ גיי מיר נאָך. 23 אוּן דאָס דאָזיקע וואָרט האָט זיך פאַרשפּרייט צווישן די בּרידער, אַז יענער תַּלמיד וועט ניט שטאַרבּן; אָבּער יֵשוּעַ האָט ניט געזאָגט צוּ אים, אַז ער וועט ניט שטאַרבּן, נייערט: אויבּ איך וויל, אַז ער זאָל פאַרבּלייַבּן בּיז איך קוּם, וואָס גייט דאָס דיך אָן? 24 דאָס איז דער תַּלמיד, וואָס זאָגט עֵדות אויף די דאָזיקע זאַכן, אוּן וואָס האָט דאָס פאַרשריבּן; אוּן מיר ווייסן, אַז זיין עֵדות איז אֶמת. 25 אוּן עס זענען אויך פאַראַן אַ סַך אַנדערע זאַכן, וואָס יֵשוּעַ האָט געטאָן; אוּן וואָלט מען זיי אַלע בּאַזוּנדער פאַרשריבּן, מיין איך, אַז אַפילו די גאנצע וועלט וואָלט ניט געקענט אַרייַננעמען די ספָרים, וואָס וואָלטן אָנגעשריבּן געוואָרן.